בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ב כסלו תשפ"ג12/6/2022

באריכט
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, מיט החתן נכד רביה''ק זיע''א בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וחתן כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' חיים קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב סימאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט''א - מנהל הישיבה.
ב''ר אהרן פערל הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מרביצי תורה און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די בחורים.

ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הוניאד צום מעמד יציקת הבורות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א רב הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק וברכה.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:00 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:40 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן ר' שמעון ברמ''ד עסטרייכער הי''ו. און מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש בקול בכח לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.
נאך די דב''ק האט דער רבי מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה''ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי''ו און הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן.

דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן אחיו דער זיידע פונעם חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
קריאת הכתובה: פעטער פונעם חתן הגה''צ ר' יצחק זעלטנרייך שליט''א אדמו''ר מקערעסטיר מאנסי, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פון די חתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט''א.
עדי קידושין: הרה''ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו און הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו''ץ בקהלתינו.
עדי יחוד: הרה''ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי''ו און הרה''ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.

נאך די חופה אום 7:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול.

ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, און דערנאך ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
בערך אים 9:30 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה, עס איז אריין בקו'''פ הגה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ הגה''צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט''א אב''ד נאסאד וומסב''ג, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' אלישע יונגרייז שליט''א בן האדמו''ר מגארליץ.
נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א.

דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ די זיידעס הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א, הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 832