בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ד כסלו תשפ"ג12/8/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ישראל שלום פאללאק הי"ו - ר' אברהם שמואל בראך הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו - ר' יעקב וויזעל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז 9:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שלום משה עקשטיין הי"ו - ר' אלעזר גרובער הי"ו.
הרה''ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א - הר''ר שמואל משה פריעדמאן שליט''א.

דערנאך ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום מעמד 'כינוס הלומדים' דורך חבורות תורתך שעשועי לרגל סיום מסכת זבחים, צוגעשטעלט דורך מפעל קביעות עתים לתורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש וברכה.

ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד בית ברוך צו די צענטראלע שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבוד רבינו שליט"א ובנו חביבו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, עס האבן אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אינאיינעם מיט ר' יוסף חיים ראטענשטרייך הי"ו, און מיט פרקי חזנות האט מהנה געווען הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו מחשובי מתפללי הביהמ''ד.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק, בענין שמחת חתן וכלה, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, און פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און פאר אלע מחותנים און גאנצ'ן ציבור.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט.

ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, ברכות ראשונות: דער מחותן בנו הגה''צ רב הביהמ''ד שליט''א, ברכה אחריתא: דער מחותן אבי החתן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

נאך די שבע ברכות איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ בביתו נאוה קודש מחותנו הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שיינע שמועס, דער בערטשער רב שליט"א האט געגעבן פאר'ן רבין א ספר עטרת יצחק, און דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך ארום 11:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 942