בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי' כסלו תשפ"ג12/4/2022

באריכט
במוצאי יום גילה

מוצש''ק איז רבינו שליט"א אריבער צום שבע ברכות פון בת הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו בביתו אין קר''י, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף א כתה וואס ער האט אפגעקויפט במוסדותינו הק' במאנסי, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ב''פ אין די זאלן פון עטרת חי' צום יערליכן דינער 'וזכני לגדל' לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק, נאך די מייסטערהאפטע דרשה פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו, האט דער רבי געזאגט דב"ק בעניני חינוך והדרכה.
בסיום דבריו האט דער רבי אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די נושא פון כשרות המזוזות און דערביי געצייגט פארן ציבור עטליכע פסול'ע מזוזות, וועלכע מ'קען כמעט נישט דערקענען זייער פסיל, און אויפגעפאדערט אנ''ש צו קויפן מזוזות בלויז ביי היימישע סופרים. נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

נאכן דינער איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות ביי מחותנו הגה''צ ר' חיים יוסף פריעדמאן שליט''א אבד''ק בערזשאן, בבית מדרשו בבארא פארק, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו און ארויס און א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ רבי אברהם ברוך זינגער שליט"א אב"ד ור"מ אלכסנדר מיט הכלה בת הרה''ג ר' ישראל לייפער שליט''א ר''מ בישיבתינו באר התורה אין וומסב''ג, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו און ארויס און א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.

דערנאך ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו 10'טע עוו. בבארא פארק, ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה וחתימת שטרות אויפן נייעם פליגל 'היכל תפילה לדוד', נדבת משפחת הרה''ח ר' דוד ראזענבערג ע''ה, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם פליגל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די בני המשפחה, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בני המשפחה און אלע באטייליגטע. בערך אום 1:30 איז דער רבי צוריק ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️