בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ב כסלו תשפ"ג12/6/2022

באריכט
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר פאלגענגע מצוה בחורים.
ב"ר נפתלי שטערן הי"ו.
ב"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר לוי אהרן עסטרייכער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 12:30 איז רבינו שליט''א ארויף פריוואט מיט א ענגע מנין צום ציון רבותינו הקדושים לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען צום ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך אריין אין אוהל הק' און אנגעצינדן 5 ליכט ביי די ציונים הק' און ביי קבר אמו הרבנית ע''ה. דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע"א און די ערשטע פיר קאפיטל'עך און דערנאך ספר רביעי כנהוג, נאך קדיש האט דער רבי געליינט קוויטלעך, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכמיטאג ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א וועלכע איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים אין ביהמ"ד, און נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע נגונים, און דער מנהל שליט''א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן די פולע תירוצים פון די בחורים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די בחורים ביים לחיים לרגל פתיחת הזמן אין ישיבה, און דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בדברי פלפול אין די סוגיא וואס מען לערענט אין די ישיבה אין מסכת פסחים, און איבערגעלאזט עטליכע לומד'ישע קושיות פאר די בחורים און געבעטן צו זיכן תירוצים, און ארומגערעדט בקורות רוחו פון די גוטע גריסן וואס מען הערט כסדר צוריק אויף די ישיבה און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

ארום 6:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין מאנסי צו די חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן דורך אנ''ש תושבי מאנסי לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, לע''נ אביו הר"ר משה יודא זצ''ל ולע''נ זקינו פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זצ"ל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם רב שליט"א און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך מכבד געווען דעם רב צו טאנצן, מיט אריינלייגן די ס''ת אין ארון קודש איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי''ו, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קר"י.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' בנימין גאלדבערגער הי"ו (ב''פ) - ר' חיים שלמה זילבערמאן הי"ו (מאנטרעאל), באולם כינור דוד.
ר' חיים פאללאק הי"ו - ר' משה הערש קליין הי"ו, באולם ן בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש די מחותנים ר' אשר אנשיל צין הי"ו (ב''פ) - ר' אברהם מרדכי גליק הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️