באשמורת הבוקר אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים יצחק אדלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- פתיחה: הרה"ח ר' יואל אייזדארפער הי"ו. - בעל קורא: הרה"ח ר' יואל פאסטערנאק הי"ו. - כהן: ר' שמואל ווייס הי"ו. - לוי: הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א. - שלישי: רבינו שליט"א. - הגבה: הרה"ח ר' יו"ט בערגער הי"ו. - גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו.
ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול. - בעל תפילה: הרה"ח ר' קלמן גפן הי"ו. - פתיחה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו (מאנטרעאל). - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. - לוי: הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. - שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. - הגבה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. - גלילה: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.
נאך מנחה אום 6:30 האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית, ארויף צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'שובה ישראל עד ה' אלקיך' און תיכךמזיך אריינגעלאזט אין א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה און ממשיך געווען בדברי דרוש און מיט שיינע טייטשן בדרך אגדה. דערנאך מעורר געווען: - מזאל זיך מחזק זיין בקביעות עתים לתורה אין איינע פון די חבורות יסודי התורה און תורתך שעשועי, סאיז טאקע נתרומם געווארן דער קרן התורה בקרב קהלתינו אבער יעדער איינציגער איד בלי שום יוצא מן הכלל דארף האבן א שיעור קבוע. - בעניני תפילה צו דאווענען מרישא ועד גמירא מיט א מתינות אהנגעהויבן פון ברכות, וועט מען טאקע זוכה זיין צו אלע ברכות. - דער רבי האט ארומגערעדט איבער קרית יואל וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט מייסד געווען עס זאל זיין אפגעשיידט פון אלע מנהגי אמעריקע הן עם לבדד ישכון, מען דארף האלטן ווייטער די ירושה פון רביה''ק צו האלטן דעם חומה און זיין אפגעטיילט סיי פון אלע מאדעס און בלייבן אפגעזונדערט, שלא יתערב זר במחנינו איינער וואס האט א צווייטע השקפה ווי אונז זאל זיך נישט אהערציען, נישט אין קרית יואל און נישט אין קר"י המורחבת. - דער רבי האט ממשיך געווען בדברי מוסר איבער די היינטיגע ניגונים, נישט צו זינגען די היינטיגע מאדערנע ניגונים. - בעניני צניעות פון קאפ ביז פיס, פון די ביי האר ביז די זאקן, און די פריצות'דיגע שייטלען. - ארויסגעברענגט לשבח און מחזק געווען די חבורה עבודה כהלכה, הכשרים אויף אפיסעס, יעדער בעה"ב און ארבעטער זאל זיכער מאכן עס צו האבן אין זיין אפיס. - דער רבי האט ארויסגעברענגט בנוגע דעם גזירת החינוך אין ניו יארק ווי מען האט בס''ד משנה געווען דאס געזעץ לטובת החינוך, אבער די רשעים רוהן נישט איין און האבן איינגעגעבן א קלאגע אין געריכט ס'איז א ערנסטע קלאגע און מען האפט און מען איז מתפלל צו הקב"ה 'בטל מחשבות שונאינו' אז זיי זאלן נישט מצליח זיין און נישט קענען שטערן די חינוך פון די תשב"ר. - די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבת בארה"ק ווי צענדליגע בחורים זענען געזעצן אין תפיסה דעם יו"ט ראש השנה פארן איינציגסטן חטא פון לערנען תורה, צווישן זיי א בחור מתלמידי ישיבתינו הק' פון בני ברק, מען דארף דאנקן הקב"ה אז עס איז דא א קול מלחמה במחנה און מען טוט שטארק מחזק זיין די לוחמים וואס זענען לוחם מיט אן ערנסטקייט, אבער אין די זעלבע צייט זענען ליידער דא אזעלכע וואס ארבעטן אויף פשרות וואס דורך דעם קען האלב כלל ישראל חלילה יא אנקומען אין די טמא'נע מיליטער, אונז רוף מיר אויס פאר די פאליטיקאנטן אז אידישע נשמות זענען נישט קיין מקח וממכר פאר פאליטיק! און מען טאר נישט מפקיר זיין קיין שום נפש מישראל! - און דערביי שטארק מחזק געווען די עסקנים פון מרכז עזרה ויעוץ וועלכע שטייען אויפן פראנט ארויסצוהעלפן צו ראטעווען יעדעם איינעם פון מיליטער.
- ארומגערעדט איבער די פראבלעמען פון די כלים למיניהם ובפרט די תאוה פון בחורים צו האבן א אייגענע טעלעפאון, און אויפגעפאדערט פון די עלטערן נישט צו געבן קיין טעלעפאון פאר א בחור, עס איז שוין איינגעפירט די לעצטע פאר יאר אז עס איז צוגעשטעלט אומזיסטע טעלעפאנען אין אלע בתי מדרשים און מען פירט עס יעצט איין אין די שאפינג צענטערן אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין שום תירוץ פאר א בחור צו האבן א טעלעפאון. - דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די דירות פרייזן וואס זענען ב"ה שטארק געפאלן סיי צו קויפן און סיי צו דינגען א דירה, און מחזק געווען זיך צו האלטן פעסט און נישט צאלן מער פון די פרייז וואס מען האט באשטימט און קיינער זאל נישט זאגן אז איך בין א אויסנאם, און אזוי וועט מען מצליח זיין צו האלטן די פרייזן נידריג סיי אין קרית יואל און אין קרית יואל המורחבת. דער רבי האט מסיים געווען נאכזאגענדיג וואס ער האט זוכה געווען אליינס צו הערן מפ"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ביי די דרשה שנת תשכ"ו, אזוי ווי דער הייליגער שינאווער רב זיע''א האט געזאגט בשנת תרס"ו אז עס איז א זמן פקידה, און ווי דער הייליגן ישמח משה זיע''א האט געזאגט אז יעדע זעכציג יאר איז נאכאמאל א זמן פקידה און איינגעריסן אז מען זאל זוכה זיין תשכ"ו צו ביאת המשיח, האט דער רבי געזאגט אז אונז שטיי מיר שוין היינט תשפ"ו זעכציג יאר שפעטער און מען האפט און מען איז מתפלל אז דאס יאר זאל שוין זיין דאס יאר ווען מ'וועט זוכה זיין צו ביאת המשיח, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט די דרשה ארום 7:50 און דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו.
פרייטאג ערש''ק וילך
באשמורת הבוקר אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פאר שחרית האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הב' משה בן גיטל ני"ו מתלמידי ישיבתינו הק' מהרי''ט אין בני ברק וועלכע זיצט אין תפיסה פארן חטא פון זיך נישט שטעלן צום טריפה'נעם ציוניסטישע מיליטער, דער רבי האט אים שטארק מחזק געווען און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע דוד מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר מאיר מנחם זאב הירש הי"ו. - ב"ר נחמן שלאגער הי"ו. - ב"ר שמואל טובי' פריינד הי"ו. - ב"ר נחמן דוד שמידמאן הי"ו. - ב"ר חיים זאב פאלקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ו אלול תשפ"ה9/19/2025
באריכט
דאנערשטאג נצבים - ה' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול. - בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א העסקן הגדול הרב שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס, ר' שמעון הי"ו שטייענדיג אין ציוני'סטישער בית משפט מזכיר געווען דריי שווערע קעיסעס פון ארעסטירטע אויף וועמען די מדינה פארלייגט זיך מיט שטארקע כוחות זיי צו האלטן אין טורמע, וואס איז פארגעקומען א געריכט סעסיע איבער זייער שיקזאל, און דערביי אויך דערציילט די ביטערע מצב הגזירה ווי עס זענען שוין ארעסטירט געווארן די וואך אליינס אריבער 100 בחורים וועלכע האבן זיך נישט געשטעלט צום טריפה'נעם מיליטער, דער רבי איז איבערגעגאנגען א לענגערע צייט אלע פרטים פון די פארצווייגטע מערכה, און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו מען זאל מצליח זיין מיט די פארשידענע אופנים צו באפרייען די אסירי ישראל, און שטארק מחזק געווען מען זאל ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש ביז די גזירה וועט בעז"ה אינגאנצן בטל ווערן.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען אן אסיפה בקו''פ מיט די רבני ועד לטהרינו דקהילתינו הק' אינאיינעם מיט די איינגעשטעלטע פון "גדר" ווי מען איז איבערגעגאנגען די לעצטערע אנטוויקלונגען אין די פעלד פון טעכנאלאגישע כלים, און רבינו שליט"א האט געגעבן הוראת קדשו, און אנגעוואונטשן די עסקנים מען זאל ווייטער קענען אויפטון למען טהרתן של ישראל.
ארום 10:10 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. הרה"ח ר' אברהם שמעון רייך הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול. - בעל תפלה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יושע בערקאוויטש הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקודש פנימה עטליכע תלמידי הישיבה חברי וועד מעתיקי שמיעה פון הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און האבן איבערגעגבן ספרו החדש אמירה נעימה ב"כ דרשות, איידער ס'גייט אריין אין דרוק לקראת די חתונה פון נכדתו הכלה, נכדת דור רביעי הבכירה פון רבינו שליט"א, וואס וועט פארקומען בשעטומ"צ דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט, דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו און זייער עבודת הקודש.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די שמחת החאלאקע פון נכדו הילד כמר יצחק ני"ו בן בנו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאכמיטאג ארום 5:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל הר"ר יחיאל נפתלי באב''ד שליט''א (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. נאכן ברית האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו און עקסטער טעלעפאניש פאר אביו הרב הגאון ר' מרדכי שליט''א ראב''ד מכון להוראה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ח מנחם אב תשפ"ה8/22/2025
באריכט
מיטוואך פרשת ראה, כ"ו מנחם אב יומא דהילולא קדישא, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
אינדערפרי פארן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען מחדרו הפרטי אין די ישיבה, קורצע דברות קודש דורך א לייוו הוקאפ צום מעמד המרומם הנחת אבן הפינה פארן בנין החדש תל תלפיות פון קהלתינו הק' בעיה"ק ירושלים ת"ו. און ממשיך געווען בדברי ברכה פאר אלע די אלע נדיבים בעם וועלכע זענען געפארן צו דעם געהויבענעם מעמד און פאר די בוני ושותפי הבנין המפואר לתורה ולתפילה בזכותו פון רביה"ק בעל הילולא זיע"א און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין בהיכל הישיבה על קברו פונעם בעל ההילולא, ונקראת על שמו, ישיבה גדולה סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון רביה"ק זיע"א. ס'האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן הונדערטער בעלי בתים, אברכים, ובחורי חמד ווי אויך פילצאליגע געסט פון איבער די גארער וועלט. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר שלמה הערש ברש"י שעהר הי"ו. - ב"ר ישכר בעריש ברוינער הי"ו. - ב"ר לייב גאלדבערגער הי"ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט ביים עמוד. און האט יורד געווען לפני התיבה ביומא דהילולא בהתעוררות רב.
נאכן דאווענען ארום 12:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו די מסיבת לחיים לפני עלי' לציון, דער רבי האט געמאכט דעם סיום אויף ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות ודביקות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און נאכגעזאגט פונעם הייליגן קדושת יו"ט זיע"א אז קדושת שב"ק איז משפיע אזא קדושה אז אפילו די שטיינער אויפן גאס קוקן אויס אנדערש, האט דער רבי געזאגט אז א תלמיד חכם איז בבחינת שבת און איז משפיע א קדושה אפילו פאר די פארשטיינערטע הערצער, יעדער איז זוכה צו מקבל זיין פון א צדיק, און דער רבי האט ממשיך געווען בדברי הכנה לעלי' לציון אז מען גייט יעצט ארויף פוקד זיין דעם הייליגן ציון און יעדער האט השפעות וואס ער דארף זה בכה וזה בכה, עס איז ליידער דא אסאך עגמת נפש אין אידישע הייזער בגשמיות וברוחניות בכל ענינים ה"י, און מען דארף מתפלל זיין אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן, האט מען אז רביה"ק בגנזי מרומים וועט אונז אינזין האבן און אויסבעטן פאר אונז כל מילי דמיטב, און דערביי געזאגט פאר די בחורים אז מען דארף געבן א פדיון פאר א צדיק און דאס איז די קבלת טובות בכל ענינים און גיין אינעם דרך וואס ער האט אונז געלערנט און זיך פירן ווי חסידישע אידן, און מסיים בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
תיכף דערנאך ארום 1:10 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט די פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו, ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה כנהוג, דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף ליכט מיט א נר נשמה, דער רבי האט געזאגט די תפילה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע"א מיט שטארקע בכיות, און ממשיך געווען מיט די קאפיטלעך תהלים פון צ' ביז ק''ז, דעם יהי רצון און קדיש, געלערענט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט, בשעת דער ציבור זינגט ניגוני התעוררות מבית מדרשו פונעם בעל ההילולא זיע"א, דערביי האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ספעציעלע קוויטל פון די נדבנים פון 'קרן קרית יואל', דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט אלע נעמען און אראפגעלייגט די קוויטלך ביים ציון הק', דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:15.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געצינדן די 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא.
תיכף נאך מנחה האט דער רבי עריכת שלחן הטהור וסעודת מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד די הילולא קדישא, באלד נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה געלערענט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם קדיש, נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל' , דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים, במשך דעם גאנצן טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין מבית מדרשו פונעם בעל ההילולא זיע"א. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד הוניאד.
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש מעניין דיומא ודברי הדרכה בענינים העומדים על הפרק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און ארויסגעברענגט אז מיט דעם וואס תלמידי חכמים זענען עוסק בתורה און לערנען סוגיות הש"ס, מיט דעם באקומען זיי די כח צו מהפך זיין גזירות און אוועקנעמען גזירות פון כלל ישראל און עס לייגן ביי די אומות העולם, רביה"ק דער בעל הילולא זיע"א איז געווען א יחיד בדורו בכל ג' עמודי העולם און מיט זיין כח התורה האט ער געקענט פועל'ן ישועות פאר אידן און אוועקנעמען גזירות פון אידישע קינדער, און דאס גייט אן ביז היינט ווען רביה"ק זיע"א איז בגנזי מרומים און איז דארט עוסק בתורה בישיבה של מעלה קען ער ווייטער משפיע זיין ישועות און רפואות, דער רבי האט מאריך געווען ארומרעדענדיג איבער דאס גדלות און די פילע פעולות פון רביה"ק זיע"א הן בתורה והן בתפילה, צדקה וחסד, צניעות, און יראת שמים, אויפגעשטעלט א לגיון של מלך איבער די גאנצע וועלט כולו אומר כבוד שמים, מרים געווען דעם כבוד שמים אין אלע תחומין סיי דאהי און סיי אין ארצינו הקדושה מיטן אויפשטעלן מוסדות הק' אשר לא כרעו לבעל, ובפרט מיטן אויפשטעלן מוסד הק' 'קרן הצלה' להחזקת מוסדות התורה בארה"ק עטה"ק, און ביומא דהילולא קדישא זענען שומעי לקחו זיינע תלמידים מקבל עליהם ועל זרעם צו גיין אין זיינע דרכים אין אלע הינזיכטן, רביה"ק זיע"א האט אויפגעשטעלט קרתא קדישא הדין עיר ואם בישראל קרית יואל בדמי"ם תרתי משמע, און דאס איז געווען זיין חיות די לעצטע פאר יאר בעלמא הדין, געלויבט הקב"ה אז מען שטייט היינט מיט פופציג יאר שפעטער און עס וואוינען אין קר"י 9,000 משפחות כ"י! און מען בויעט כסדר פרישע בנינים פאר חינוך הבנים והבנות און בתי מדרשים און ישיבות, דאס איז זיכער אז רביה"ק זיע"א קוקט אראפ מעולם העליון און האט א נחת רוח פון די שטאט קרית יואל.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שטארקע פעולות צו גרינגער מאכן דאס קויפן און דינגן א דירה אין קר"י מיטן מאכן תקנות אויף די פרייזן אז מען זאל נישט בעטן מער פון דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער א סקווער פיס אין קר"י המורחבת, און דער רבי האט אפעלירט צו אנ"ש תושבי ברוקלין ווי די פרייזן פון די דירות זענען עד לב השמים, נומערן וואס מען שעמט זיך ארויסצוזאגן, און דער רבי האט געבעטן פון די עלטערן זאלן צושטיפן די קינדער זיך ארויסצוציען קיין קר"י און רחמנות האבן אויף זיי טראץ די הנאה פון האבן די קינדער נעבן זיך, און דאס איז חוץ די רוחניות'דיגע פראבלעמען פון די שטאט מיט פריצות וכו', איך וויל זאגן 'דער פעטער ז"ל האט געבויעט קרית יואל פאר די שטאטישע אידן! עס איז דא ב"ה גענוג דירות איבער גאנץ קר"י און לויטן חשבון וועט צוקומען אין די נעקסטע פאר יאר אריבער פינף טויזענט דירות און מען וועט שטיין על המשמר צו האלטן די פרייזן ביליג בעז"ה. אבער מען דארף האלטן פאר די אויגן אז רביה"ק זיע"א האט געבויעט קר"י נאר פאר זיינע תלמידים וואס גייען אין זיינע דרכים און הארכן וואס ער האט זיי גלערנט ובפרט בעניני השקפה בעניני אמונה ודעות און האבן נישט קיין שייכות צו אלע ציוניסטישע פארטייען, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס קענען זיין אידן וועלכע פראבירן במישרין ובעקיפין צהעלפן פרעמדע קרייזן זיך אהערצוציען, בגלוי ובסתר, רביה"ק בגנזי מרומים וועט זיך נוקם זיין אויף דעם והוי זהיר בגחלתן של תכוה, די גרעניץ פון די ווילעדזש איז נאר געמאכט געווארן פאר גשמיות'דיגע ענינים, פאר רוחניות'דיגע ענינים איז נישטא קיין גבולים און אלע שכונות ארום קר"י זענען א חלק פון קר"י אין אלע ענינים.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם חיוב פאר יעדעם זיך קובע עתים זיין לתורה, עס איז דא פארשידענע חבורות אין קהלתינו הק', חבורת תורתך שעשועי, חבורת יסודי התורה און נאך, עס איז ב"ה דא א השתנות לטובה און רוב מענטשן האבן היינט א שיעור בלימוד התורה אבער דאס דארף זיין ממש ביי יעדן איינעם בלי יוצא מן הכלל. אזוי אויך בנוגע די מלחמה לה' בעמלק בטומאת הציונית, האט דער רבי נאכגעזאגט אז 'באזני שמעתי' איך בין דארט געווען ווען דער פעטער ז"ל האט געזאגט אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות, היינט זעט מען עס שוין בחוש די גזירה איז נורא ואיום, און מען גרייט זיך אויף א מלחמה מבטל צו זיין די גזירה, און אויף דערווייל דארף מען זען מחזק צו זיין דעם 'מרכז עזרה ויעוץ' וואס העלפט ארויס יעדעם איינעם פון אלע קרייזן, מען דארף עפענען נאך לאקאלן און עס שטיצן ברוח נדיבה.
אזוי אויך בנוגע צניעות דארף מען זען צו שטיין על המשמר נישט נאכצולאזן גארנישט פון קאפ ביז פיס אלע ענינים וואס רביה"ק זיע"א האט פון אונז געפאדערט, דערביי האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט לשבח די תקנה פון בית רחל פון מוסדותינו הק' אין קר"י וועלכע האט געמאכט ספעציעלע תקנות ביי די מלבושים און מען גרייט זיך עס היי יאר אויך איינצופירן בקרב מוסדותינו הק' אין וומסב"ג. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון די מתיבתא הק' מיט אירע אריבער טויזענט תלמידים כ"י, צוטיילט אויף זעקס סניפים און צייכענען זיך אויס אין אלע ג' עמודי עולם און עס ליגט א פליכט אויף יעדעם עס צו שטיצן ברוח נדיבה. דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די ערווארטעטע נסיעה קיין ארה"ק דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט מחזק צו זיין קהלתינו הק' ומוסדותי' בארה"ק, דער רבי האט געזאגט אז נאר דער וואס שטיצט א גאנץ יאר מוסדות יטב לב בתמוכה הגונה איז א חלק פון די שמחה און איז איינגעלאדענט מיטצוקומען.
דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט בנוגע כשרות המזוזות וואס יעדער דארף זיכער מאכן אז ער האט כשר'ע מזוזות, און דער רבי האט געוויזן פארן ציבור צוויי מזוזות וואס ער האט מיט זיך מיטגעברענגט, איינס איז 'געדרוקט' אויף פארמעט און איינס איז די פארמעט אינגאנצן ליידיג! וויאזוי פאסירן אזעלכע זאכן? ווייל א סופר ווערט א סוחר! ווען ער האט נישט גענוג מזוזות קויפט ער פון א סופר אין ארץ ישראל און ווען יענער סופר האט נישט גענוג קויפט ער פון א צווייטן, אין ארץ ישראל איז דא אסאך סופרים קלים ורקים! די עצה איז צו קויפן א מזוזה נאר פון א סופר וואס ער האט אליינס געשריבן די מזוזה און בשעת הדחק קען מען קויפן א מזוזה וואס איז אימפארטירט מיט א הכשר וואס איז באשטעטיגט דורך די איגוד הסופרים פון קהלתינו הק'.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער דעם גזירת החינוך אין ניו יארק ווי די רעגירונג וויל זיך אריינמישן אין די סדר הלימודים, געלויבט הקב"ה אז די עסקנים האבן שוין אביסל גרינגער געמאכט אבער מען גרייט זיך נאך אויף אסאך געריכט קעיסעס און מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל מצליח זיין שלא ירעו ולא ישחיתו, מען זאל קענען ממשיך זיין דעם חינוך המסורה לנו מדור דור, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בזכות פונעם בעל הילולא זיע"א עד ביאת הגואל בב"א.
דער רבי האט פארענדיגט די דב"ק ארום 10:50, און דערנאך געבענטשט אויפן כוס.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ב סיון תשפ"ה6/18/2025
באריכט
שב''ק פרשת בהעלותך - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. - החתן משה יודא ב"ר מאיר יצחק ווייס הי"ו. - החתן משה בהר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו אין באגלייטונג פונעם חתן ושושבינין בשירה וזמרה, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: האדמו"ר מאלעסק שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 10:40. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס בארה"ק. און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די קינדער פונעם מחותן הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א. כל מקדש: הרב מאיר שמואל מאסקאוויטש שליט"א, מנוחה ושמחה: הרב ישראל אברהם טייטלבוים שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הרב שמחה רובין שליט"א, און מכבד געווען הרב שמחה האגער שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א בארה"ק, צו פארזינגען רחם. ברכת המזון: דער מחותן הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א. ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ברכה אחריתא: הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף באר התורה וומסב''ג.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.
האברך ר' יחזקאל שרגא ברז"ל פילאפף הי"ו האט אויפגערופן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה מיט גרויס התעוררות, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים צו טאנצן מצוה טאנץ. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמעון אלימלך גליק שליט"א דומ"ץ בביהמ"ד דחסידי בעלזא 99 לאנדאן, און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמד אינאיינעם מיטן חתן מחותנים ובני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 3:10.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי יודא שטערן שליט"א (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר"ר נח גפן שליט"א. הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' מאיר זאב פרידריך הי"ו.
עליות. - כהן: הרה"ח ר' שבתי קאהן הי"ו (וומסב''ג). - לוי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו (וומסב''ג). - שלישי: נכד רבינו החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א. - רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. - חמישי: הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' שלום שמעי' מיטטעלמאן הי"ו. - ר' יעקב ישראל קטינא הי"ו.
- שביעי: החתן יעקב ב"ר בנימין צבי שטערן הי"ו - באווארפען. - הוספות: החתן דוב ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי"ו - באווארפען. - החתן דוב ב"ר יואל ברד"ל האלפערט הי"ו - באווארפען. - החתן משה בהר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - באווארפען. - החתן אהרן ב"ר מרדכי יודא שווארטץ הי"ו. - החתן יצחק ב"ר יואל בר"ה טעללער הי"ו. - אחרון: החתן אליעזר ב"ר יחזקאל שרגא ברש"ז שטיין הי"ו. - מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' הערשל פייערשטיין הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו.
מוסף: הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים אלי' ראטה הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:50.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יואל פארקאש הי"ו. ברכת המזון: הרה"ג ר' אהרן זעליג אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד מאור התורה ב"פ. ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:55. - מנחה: הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו (וומסב''ג). - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). - כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א. - לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. - שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' יושע נחמן ברא"ב שרייבער הי"ו (לאנדאן).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויהי בנסוע הארון' און געטייטשט עס איז דא א בחינה וואס הייסט עיני ה' השגחה עליונה אויף די בריאה, נאך איז דא א בחינה פון אזני ה' אז דער אייבערשטער איז א שומע תפילת כל פה, מען דארף גלייבן אז נישט קיין חילוק און וואספארא מצב מען איז הערט הקב''ה אויס די תפילות און שיקט ישיעות בגשמיות וברוחניות, און דערמאנט מען זאל מתפלל זיין פאר אחב''י תושבי ארה''ק הנתונים בצרה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי יודא שטערן הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן שליט"א. מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
נאך הבדלה איז געווען זמני כניסה פאר צענדליגע אנ"ש פון לאנדאן וועלכע זענען געקומען לרגל דעם היסטארישע סיום הש"ס במסגרת חבורת תורתך שעשועי.
ארום 1:00 אויפדערנאכט (אינדערפרי אין ארה"ק) האבן זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א די מנהלים פון מוסדותינו הק' פון ארה"ק ירושלים בני ברק און בית שמש אנצופרעגן דעת קדשו בנוגע האלטן אפן די מוסדות אין די יעצטיגע ימי המלחמה, אויף וואס דער רבי האט איבערגעגעבן הוראת קדשו יא צו עפענען די ת"ת און ישיבה קטנות און תלמידים העכער כיתה ב' זאגענדיג אז תורה מגינא ומצלא און מען דארף זיך נישט זארגן.
ארום 1:15 איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אינעם ביהמ"ד אין שטוב פון הר"ר אפרים גאלדמאן שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' אלימלך לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' קלמן וואלף הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' יודא יואל לעווינגער הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו. - ב"ר שלמה אהרן סופר הי"ו. - ב"ר יונה יחזקאל לעבאוויטש הי"ו. - ב"ר חיים ישעי' אשר מענדלאוויטש הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו - היסטארישער מעמד האדיר סיום הש''ס בחבורת תורתך שעשועי
ארום 1:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צום גיגאנטישער RCC קאמפלעקס אין מאנסי צום היסטארישן 'שמחת סיום והתחלת הש"ס'.
אינטערוועגנס האט זיך דער רבי פארבינדן טעלעפאניש מיט די מנהלי מוסדותינו הק' בארה"ק לאור המצב החמור ה"י, צו הערן וויזוי די טעג גייען אדורך בקרב המוסדות, און געוואונטשן יעדער זאל ניצול ווערן פון אלעס בייזן ס'זאל ח"ו פאר קיינעם נישט שאטן. דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און איז תיכף אריין צום 'מעמד לימוד כל הש"ס' ווי דער גאנצער עולם האט אינאיינעם אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן מיט א שטארקע קורת רוח, און דערנאך זיך אראפגעזעצט אויפן ספעציעל דעזיגנירטער פלאטפארמע ביים אויבנאן ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימוד התורה בעיון רב אינאיינעם מיטן לאנגיעריגן חברותא הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א ביז ארום 4:00 אזייגער.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ברוב עם, פאר מנחה האט מען בפקודת הקודש געזאגט אינאיינעם פרקי תהילים לאור המצב בארה"ק, ווי הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט פארגעזאגט קאפיטל כ' און קאפיטל ק"ל פסוק בפסוק, דערנאך האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ג ר' אברהם חיים מוטצען שליט"א. נאך מנחה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי אינעם זאל.
ארום 7:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודה גדולה לכבודה של תורה לכבוד סיום הש"ס, און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, צווישן אנדערע הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אדמו"ר משבט הלוי, הגה"צ ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א מרודניק, און נאך פילע רבני ודייני קהלתינו הק'. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון החבורה האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני החבורה. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה און דער בעל מנגן הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו מארה"ק האט פארגעזינגען ספעציעלע דברי חרוזים בהתעוררות לכבוד המאורע.
דערנאך האט דער רבי משמיע דברות קודש בדברי תורה און משלב געווען סוף הש"ס בהתלתו. עס איז יותר נתרבה כבוד שמים ווען נאך א גאנצן טאג זיין פארפלאגט על המחי' ועל הכלכלה, דעמאלט ליינט מען קרי"ש און מען איז מקבל עול מלכות שמים, און מען איז זיך קובע עתים לתורה, און דעמאלט איז מובטח לו שהוא בן עולם הבא, א סיום הש"ס דורך לומדי תורה וואס תורתם אומנתם איז זייער חשוב, אבער ווען די מסיימים זענען בעה"ב וואס זענען עוסק על המחיה ועל הכלכלה איז עס אסאך מער, און עס האט א געוואלדיגע חשיבות, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה און הרגשים וואס די חשוב'ע מסיימים האבן, און מאריך געווען בשבח פון די נשים כשרות וצנועות וואס האבן א גלייכן חלק אינעם שמחה, און אין די ברכות וואס קומען אראפ, און אויפגעפאדערט יעדעם זיך אפצולערנען און זיך קובע זיין ללימוד התורה בקביעות גמור יעצט ווען מען הייבט אן די פרישע מחזור, נאכן מסיים זיין ש''ס דארף מען האבן א גאות דקדושה, די גאנצע סדר היום דארף זיין אויף א העכערע בחינה, איך בין א ש"ס איד, און באזונדער ארויסגעברענגט לשבח די חשוב'ע מסיימים וואס זענען זוכה מסיים צו זיין אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך, און אויפגעפאדערט די חשוב'ע מתחילים צו אנהייבן אינאיינעם מיט קינדער און אייניקלעך, וואס דאס איז א תענוג גשמי ורוחני, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך מתקרב זיין צו השי"ת מיט ספרי חסידות און ספעציעל די הקדמה פון ספה"ק דרך פקודך פונעם הייליגן בני יששכר. בשעת הסיום דארף מען מתפלל זיין מען זאל זוכה זיין צו לימוד ומתיקות התורה, און דערמאנט מתפלל זיין פאר אחב"י תושבי ארה"ק זאלן ניצול ווערן מכל צרה, און פונעם גזירות הגיוס, און אחב"י תושבי ענגלאנד פונעם גזירת החינוך, אונז אין ניו יארק דארפן נאך אויך רחמי שמים ניצול צו ווערן דערפון, אחב"י תושבי אנטווערפן זאלן ניצול ווערן פון גזירות אויף די הייליגע מצוה פון ברית מילה. דער רבי האט מסיים געווען בשבח עסקני החבורה, ובראשם דער פטרון החבורה הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ הי"ו וואס האט אריינגעלייגט 12 יאר האראוואניע בדמי"ם תרתי משמע, און אנגעוואונטשן זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין ביתר שאת וביתר עוז, און מסיים געווען בברכת הקודש.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני לימוד התורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות.
הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו איז מכובד געווארן מסיים צו זיין דעם ערשטן מחזור לימוד הש"ס מיט מסיים זיין מסכת נדה, און הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים און אנגעהויבן דעם פרישן מחזור לימוד הש"ס אין מסכת ברכות, דערנאך האט דער גאנצער ציבור המסיימים אינאיינעם געזאגט די הדרן און די יתומים האבן געזאגט קדיש, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בהתרוממות הנפש א לענגערע צייט בשמחת התורה.
מען האט ממשיך געווען די סעודה, און געהאט די זכי' צו הערן דורך א הוקאפ דעם דבר ה' מירושלים פון כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה פונעם נאכט, און געזאגט אז ער האט זיך באמת געוואלט פערזענליך משתתף זיין ביי דעם שמחה, אבער די כוחות ערלויבן דאס נישט, און געוואונטשן פאר אלע מסיימים און מתחילים אז זיי זאלן ווייטער לערנען און זיך מיגע זיין אויף תורה,, און מסיים געווען בברכת התורה פאר ידידו וריעו כ"ק מרן רבינו שליט"א. אזוי אויך האט מען במשך די סעודה געהערט דברי ברכה דורך א הוקאפ פון הגה''צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א מארה"ק. אזוי אויך האט מען פארגעליינט א בריוו געשיקט דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א לכבוד המעמד.
דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו האט מיט טרעפליכע דיבורים ארויפגערופן בשליחת הקודש דעם פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו זאל קומען אפנעמען א ספעציעלע מתנה וברכת הקודש פון רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגעגעבן פאר ר' יצחק הי"ו א זילבערנע מנורה כאות הוקרה אויף זיינע פילע לייסטונגען לטובת החבורה, און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי שליט"א ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו פטרון החבורה בקר"י, הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקבאוויטש הי"ו פטרון החבורה פון ב"ב און בית שמש, און הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו פון ב"פ - רוח החיים פון די חבורה, אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א.
ביי די לחיים נאך די פלייש האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור און דערציילט א מעשה פונעם הייליגן בעלזא רב זיע''א וואס האט געזאגט אז עס איז א חוצפה און עזות צו לערנען גמרא תוספות אן קיין בארד און פיאות, און ארויסגעברענגט לשבח אז מען שטייט דא ביי א סיום הש"ס ווי אסאך הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה יראים ושלמים מיט בארד און פיאות האבן מסיים געווען גאנץ ש"ס דאס הייסט געלערנט מיט דרך ארץ! און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נועם הכבוד הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א ר"י מאור התורה בשבח לומדי התורה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות פאר קרוב צו א מנין חתנים מאנ"ש קינדער פון מחותנים מסיימי הש"ס. מען האט געענדיגט ארום 10:30 און דער רבי האט געדאווענט מעריב אין א זייטיגע צימער.
ביים אנקומען קיין קר"י איז דער רבי צוגעפארן צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט צום שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו און הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראה"ק במאנטריאל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ז ניסן תשפ"ה4/25/2025
באריכט
דאנערשטאג פרשת שמיני כ"ו ניסן יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק. דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר דוד זגיל הי"ו. - ב"ר יחיאל דוד פריעדמאן הי"ו. - ב"ר אהרן דוד רובינשטיין הי"ו. דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעורורות, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און מיט מכתם לדוד מכבד געווען הר"ר אהרן מאיר מייזליש שליט"א (ב"פ).
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק והכנה לפני עלי' לציון אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא עליכם כבוד ה' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א וועלכע האט ביי יעדע זאך אלץ געקוקט אז עס זאל ארויסקומען פון דעם א כבוד ה' און קיינמאל נישט געטוהן קיין פעולות לצורך עצמו, סיי ביי זיין הנהגה פרטית און סיי ביי די הנהגות הקהילה און דאס דארף יעדער טראכטן און ארויסנעמען ביומא דהילולא קדישא, און דער אנגעוואונטשן מען זאל אויספועל'ן כל מילי דמיטב.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:30 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש ותלמידי הישיבה, ביים אנגעקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה אין אריין אין אוהל הק', געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט, און געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע''א דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא. דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאכמיטאג ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה ארום 8:20 האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צום שלחן הטהור וסעודת הילולא. נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו של רבי הבעל ההילולא זיע''א. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קעניזשא מתלמידי בעל הילולא.
ארום 9:15 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן זיינע דברות קודש וחובת השעה, און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא עליכם כבוד ה' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא, און ארויסגעברענגט דעם דרך פון רבותיה"ק זיע''א ולמעלה בקודש צו משפיע זיין כל טוב פאר אידישע קינדער איז דורכן זאגן תורה, און אזוי האט זיך אויך געפירט רביה"ק בעל הילולא זיע''א מיטן זאגן תורה און דרשות אין אלע זמנים, און ארומגערעדט איבער גדלתו וצדקתו בג' עמודי עולם, זיין התמדת התורה און הרבצת התורה פאר די תלמידים, זיינע הייסע תפילות פארן עמוד, ער איז געווען א אב הרחמן ללבות נשברות און פארטיילט ריזיגע צדקות ביודעים ובלא יודעים, און די עבודת הקודש לחזק ולרומם קהלתינו ומוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט, און מחזק געווען די פילע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל, ובפרט 'כולל עצי חיים' וואס ער האט מייסד געווען און שטייט היינט בנשיאות אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות ומסירות, און מען דארף זען ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען, און עס שטיצן ברוח נדיבה, דער רבי האט ממשיך געווען איבער די שמחה פון רביה"ק בעל הילולא זיע''א צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה בעיר רבתי עם קרית יואל, זיין ערשטע פעולה תיכף נאך די פטירה פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ארויסצוברענגען די ישיבה מחוץ לעיר, און ארומגערעדט איבער די גוטע פירות פון ישיבתינו הק' און אויפגעפאדערט נישט אוועק צו שיקן און די פרעמדע ישיבות.
דער רבי האט שטארק ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי העיר פון קר"י ווי עס קומען כסדר צו נאך געסער און נאך שכונות, סיי אין קר"י און סיי אין קר"י המורחבת וואס אלע תושבים פירן זיך ווי עס פאסט פאר א תושב קר"י, ווי רביה"ק בעל הילולא זיע''א האט אלץ געזאגט אז דאס איז נאר א פקדון פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און האפט דאס צו קענען צוריקגעבן בשלימות, און געזאגט אז נישט נאר צוריקגעגעבן בשלימות נאר אסאך האט מען מוסיף געווען, און פון נאך די פטירה פון אביו איז מען ווייטער א מצווה ועומד מוסיף צו זיין וויפיל מען קען בגשמיות וברוחניות, און דערביי אויפגעפאדערט די תושבי העיר אז מען דארף זען אז עס זאל זיין צוגעשטעלט בתי מדרשים מקואות און מורה הוראה אין יעדע נייע געגענט. קרית יואל וואס איז א עיר רבתי - רבתי בדעות מיט אסאך מיינונגען אבער דאס דארף יעדער וויסן אז איינער וואס איז נישט בהשקפה אחת מיט רביה"ק מייסד העיר זיע''א אין אלע ענינים האט נישט וואס צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט קר"י, און דאס איז אויך נוגע פאר א מנהיג וואס גייט צום כותל המערבי וואס איז בניגוד צום דעת פון רביה"ק זיע''א איז דאס אן עזות צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט וואס איז נקראת על שמו, סיי אין קר"י און סיי אין קר"י המורחבת, עס איז נישט קיין יושר און איז נגד השכל.
דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע אויפטוהן די לעצטע יאר צייט בנוגע די דירות פרייזן אין קרית יואל און ב''ה מען זעט עס אן, און עס בויען זיך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייזן, ואני על משמרתי אעמודה און וועל שטיין על המשמר אז די פרייזן זאלן בלייבן ביי 300 דאלער א סקווער פיס אין קר"י, און 250 דאלער א סקווער פיס אין קר"י המורחבת, און מזכיר געווען לטובה די אלע בויערס וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די תקנות וישלם ה' פעלם, און די חברי ועד הדירות וואס גאנץ קר"י איז זיי שולדיג א הכרת הטוב, בסוף דבריו האט דער רבי דערמאנט איבער די ביטערע מצב בארה"ק מיט די גזירות גיוס בני ישיבות וואס מען דארף רחמי שמים מרובים, און איבער די פילע פעולות לטובה פון 'מרכז עזרה ויעוץ' צו ראטעווען טויזענטער בני ישיבות פונעם מיליטער, און די גזירות החינוך דא אין ניו יארק מען זאל קענען ממשיך זיין צו מחנך זיין די קינדער עד המסורה לנו, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
נאך די סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב אין חדר אברהם יודא, און צוגעגאנגען צו ספירה. מען האט געענדיגט ארום 10:30.
פרייטאג ערש''ק שמיני
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אלעזר מאשקאוויטש הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 2:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ אויף שב''ק בקרב קהלתינו הק'.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ו סיון תשפ"ד7/2/2024
באריכט
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו. ב"ר עזריאל שפיטצער הי"ו. ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו. ב"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי ישיבה אור ודעת ווי דער רבי האט מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פאר א שטיק צייט אינאיינעם מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צו די חומש סעודה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן, און משמיע געווען דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען מעמדי חתימת שטרות פאר די פילע אנ''ש וועלכע האבן אויפגעטריבן סכומים הגונים ביים 'להעמידם' קאמפיין און דערמיט אפגעקויפט זכותים במוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי''ש בקהלתינו הק', דערנאך זענען ארויף די נדבנים און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי זיינע חשוב'ע שוואגערס בני הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ע"ה אינאיינעם מיט זייער לשובע מאמע תחי' האבן אפגעקויפט א זכות נכבד במוסדותינו הק' אין מאנסי, צום ערשט זענען אריבערגעקומען די עלטערע תלמידים פון מוסדותינו הק' און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און סידורים פאר די וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א. דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל יעקב קאסירער הי"ו אויף א ביקור תנחימון נאך די פטירה פון אשתו ע"ה, דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בני המשפחה און די יתומים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל וויזענפעלד הי"ו ווי בנו הרה"ח ר' חיים הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום און אפגעקויפט א 'זכות קומה' בבנין הבית רחל החדש אין מאנסי, עס איז אנוועזנד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב קהל עצי חיים סיגוט מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און נאך פארשידענע זכרונות, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים. דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. דערנאך איז דער רבי געגאנגען זיך אומקוקן אויפן מקוה וואס הרה"ח ר' ישראל הי"ו האט געבויעט פאר די געגענט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם פאבריק פון די 'גאלדן טעיסט' פירמע אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי, דער רבי האט געגאסן די יסודות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו. דערנאך ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, דער רבי איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע הנאה, און דערנאך געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה. נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די תלמידי ורמ''י הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וברכה פאר די בחורים און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים בקרוב. אויפן וועג ארויס האט דער רבי באגריסט הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין ווי די ישיבה איז סטאנציאנירט, און מיט חותנו בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר. ארום 5:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען ארייין בקו''פ רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים אינאיינעם מיט עסקני והנהלת מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די עפענונג פון די נייע 'זיבעטע' אפיס פונעם מרכז אין שטאט אשדוד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז, און באזונדער האבן די עסקנים געגעבן א באריכט איבער די אנגייענדע 'פודה' קאמפיין אנצושליסן אנ"ש אלץ שותפים אין די הייליגע פעולות פונעם מרכז, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים איבער די פילצאליגע פעולות איבערן ביטערן גזירות הגיוס אין ארה"ק, און די רבנים האבן איבער געגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די היסטארישע עצרת מחאה וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די עדה החרדית עפ"י קריאת כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א אויף כיכר זופניק וואו אלופי אלפי בני העדה זענען זיך צוזאמען געקומען אויסשרייען דעם זעקת הקודש קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, ווי אויך איבער די פילע פלענער אויף להבא למען הצלחת המערכה, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקני ורבני המרכז, און במיוחד האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר האברך ר' הערשל בר"י פריעדמאן הי"ו ראש העסקנים בארה"ב, און פאר הרבני הנגיד ר' יצחק שיפף יו"ר הנהלה בארה"ב.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום משה מנחם עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
מאנטאג פרשת קרח
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל הכהן רובין הי"ו. ב"ר ישראל הכהן הארטשטיין הי"ו. ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו. ב"ר יחיאל אלטר האפמאן הי"ו. ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 8:35 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די שמחת השבע ברכות פון א אור אייניקל ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אינעם שאטער נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט האדמו"ר מסקווירא שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גרויסן עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די שבע ברכות ארום 8:50.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ח סיון תשפ"ד6/24/2024
באריכט
שב''ק פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן לייב ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: ר' דוד ברי"מ גלויבער הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40. און עס איז פארגעקומען די אפיעל פאר 'מרכז עזרה ויעוץ' בארה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותדבר מרים ואהרן במשה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שמואל יאקאבאוויטש הי"ו (ירושלים). ברכת המזון: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן בו ביום, שב"ק ט"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עמרם הערמאן הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 2:00.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' דוד הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: החתן נח ב"ר אברהם יושע לאנדא הי"ו - באווארפען. לוי: החתן אשר לעמיל בן הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א - באווארפען. שלישי: החתן לייב ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן זאב ב"ר יודא שניטצער הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שלמה ב"ר יושע יאקאב הי"ו. ר' שמואל אליעזר ברילל הי"ו.
שביעי: החתן יצחק ב"ר יעקב קעסלער הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן אלעזר ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו - באווארפען. החתן שמואל מאיר ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו - באווארפען. החתן ב"ר יואל מרדכי גוטמאן הי"ו. החתן אשר לעמיל ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו. החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו. החתן ישעי' ב"ר משה מנחם שלעזינגער הי"ו. החתן אהרן ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו. אחרון: החתן בן הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אייזיק הערש שפילמאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל מרדכי גוטמאן הי"ו (ב"פ).
מוסף: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר יצחק ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:05. מנחה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל משה ברילל הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יושע צבי פריינד הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און געטייטשט אז די כח פון אהרן הכהן איז געבליבן עד היום הזה און ער איז עומד ומדליק את הנרות און מחזק לבבות נשברות פאר אידישע קינדער און משפיע אלעס וואס אידישע קינדער דארפן צוקומען.
ידיד נפש: הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
מאנטאגז' תמוז תשפ"ג6/26/2023
באריכט
שב''ק פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימלעך פאר די חתנים: החתן אברהם יצחק בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א, מו"ץ. החתן שבתי ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו. החתן איתמר טובי' ב"ר יואל פריעדמאן הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:45, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו יו''ר מרכז עזרה ויעוץ.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: די בחורים נכדי כ"ק אדמו"ר מתורת מרדכי מ'וויזניץ זצ"ל, און דער רבי האט געהייסן זינגען די וויזניצער מנוחה ושמחה.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקח קרח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון כהנים שלוחא דידן או שלוחא דרחמנא.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, ברכהמ''ז: הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק הברוך טעם זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ז' תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שמעון דיימאנד הי"ו (ירושלים), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה יוסף לאנדא הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 2:10.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
עליות. כהן: החתן ב"ר חיים משה כ"ץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו. שלישי: החתן בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - באווארפן. רביעי: החתן ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו - באווארפן. חמישי: החתן ב"ר דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו - באווארפן. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי. ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו. ר' אברהם לעווי הי"ו. ר' בנימין לעווי הי"ו. ר' יושע שווארץ הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו - באווארפן. הוספות: החתן ב"ר יונה גוטמאן הי"ו. החתן ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו. החתן ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו. הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א, מו"ץ. אחרון: הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א. מפטיר: הרה"ג ר' בנימין גרובער שליט"א (מאנסי). הגבה: הרה"ח ר' ישראל יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו.
מוסף:הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יצחק טירנויער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו (מאנטרעאל).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחר למשה מאוד ויאמר אל ה' אל תפן אל מנחתם', און געטייטשט אז סאיז דא ד' חילוקי כפרה און אפילו עס העלפט נישט תשובה אליין אבער תשובה אינאיינעם מיט תפילה העלפט אלעמאל, אבער דאס איז נאר אויב מען פירט זיך בענווה וואס דעמאלטס דאווענט דער אייבערשטער מיט מיטן מענטש, אזוי אויך אויב מען איז נזהר אין טבילה במקוה פארן דאווענען וואס דעמאלטס איז דא השראת השכינה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגד' תמוז תשפ"ג6/23/2023
באריכט
דאנערשטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים מאיר ווייס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת בית שמעון בעלזא פון ב"פ, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט פארטיילט א פרי פאר יעדן בחור און געוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר'' שמואל יודא פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם יעקב כהן הי"ו (אנטווערפן) אין די זאלן פון כינור דוד. ר' שלום ציק הי"ו (לאנדאן) -ר' יואל ברש"א גאנדל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:20.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה קדושת יעקב פון שיכון סקווירא, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 9:45 איז אריין בקו"פ ראש המצילים ושליח ביד"צ הרב שמעון שישא שליט''א יו"ר מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז און די פלענער אויף ווייטער להרחבת גבולי המרכז.
דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יצחק גרובער הי"ו (מאנסי) - ר' אברהם הערשקא הי"ו. ר' אלי' יודא ראטה הי"ו - הר''ר אשר אנטשיל ווייס שליט''א.
נאך די תנאים'ס ארום 10:30 איז פארגעקומען אין ביהמ"ד שע"י ביתו נאוה קודש א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא הי"ו, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, צום ערשט האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א וואס האט אראפגעלייגט די פראבלעמען וואס ער האט געהאט מיטן מיליטער, און וויאזוי דער מרכז האט אים ארויסגעהאלפן, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט באגריסט דעם חשובן גאסט און ארומגערעדט איבער די פעולות פונעם מרכז וואס דער דיין שליט"א האט אליינס מיטגעהאלטן, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג ומרבני וועד משמרת חומותיך.
דערנאך האט מען געהערט די הארציגע ווערטער פון הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו איבער זיין התרגשות פון די געוואלדיגע הילף פון די פילע עסקנים און ארויסגעברענגט פארשידענע פלענער וואס מען האפט צו קענען פארברייטערן די פעולות, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים העומדים אתו ובפרט פאר די רבני וועד משמרת חומותיך.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון מציל זיין אידן פון מיליטער, און פארציילט פעולות פון זקינו מרן הייטב לב זיע''א צו באפרייען בחורים פון מיליטער, וכ"ש צו ראטעווען פון די טמא'נע ציוני'סטישע מיליטער וואס דארט איז נישט קיין מציאות צו בלייבן א איד, און דער רבי האט געזאגט אז די איינציגסטע אקטיווע מיטל קעגן גזירת הגיוס איז נאר דורך מרכז עזרה ויעוץ וואס העלפט אידן אויף א טאג טעגליכע פארנעם, און ארויסגעברענגט דעם פליכט וואס ליגט אויף אנ''ש צו שטיצן דעם מרכז ברוח נדיבה מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין די פעולות ביתר שאת, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים ובפרט פארן ראש המצילים שחפץ ה' בידם יצליחו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
שפעטער איז געווען אויף א באזוך הגה"צ ר' פייבל סופר שליט''א גאב''ד בוינעס איירעס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין ארגענטינע און די פילע פעולות פונעם רב שליט"א לרומם קרן התורה וחסידות אין ארגענטינע, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
מסיבת 'קבלת פנים' בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא שליט''א יו''ר מרכז עזרה ויעוץ, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק'.
מסיבת 'קבלת פנים' וועט פארקומען היינט אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא שליט''א יו''ר מרכז עזרה ויעוץ, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק'.