מיטוואך פרשת ראה, כ"ו מנחם אב יומא דהילולא קדישא, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
אינדערפרי פארן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען מחדרו הפרטי אין די ישיבה, קורצע דברות קודש דורך א לייוו הוקאפ צום מעמד המרומם הנחת אבן הפינה פארן בנין החדש תל תלפיות פון קהלתינו הק' בעיה"ק ירושלים ת"ו. און ממשיך געווען בדברי ברכה פאר אלע די אלע נדיבים בעם וועלכע זענען געפארן צו דעם געהויבענעם מעמד און פאר די בוני ושותפי הבנין המפואר לתורה ולתפילה בזכותו פון רביה"ק בעל הילולא זיע"א און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין בהיכל הישיבה על קברו פונעם בעל ההילולא, ונקראת על שמו, ישיבה גדולה סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון רביה"ק זיע"א. ס'האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן הונדערטער בעלי בתים, אברכים, ובחורי חמד ווי אויך פילצאליגע געסט פון איבער די גארער וועלט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר שלמה הערש ברש"י שעהר הי"ו.
- ב"ר ישכר בעריש ברוינער הי"ו.
- ב"ר לייב גאלדבערגער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט ביים עמוד.
און האט יורד געווען לפני התיבה ביומא דהילולא בהתעוררות רב.
נאכן דאווענען ארום 12:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו די מסיבת לחיים לפני עלי' לציון, דער רבי האט געמאכט דעם סיום אויף ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש
מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות ודביקות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און נאכגעזאגט פונעם הייליגן קדושת יו"ט זיע"א אז קדושת שב"ק איז משפיע אזא קדושה אז אפילו די שטיינער אויפן גאס קוקן אויס אנדערש, האט דער רבי געזאגט אז א תלמיד חכם איז בבחינת שבת און איז משפיע א קדושה אפילו פאר די פארשטיינערטע הערצער, יעדער איז זוכה צו מקבל זיין פון א צדיק, און דער רבי האט ממשיך געווען בדברי הכנה לעלי' לציון אז מען גייט יעצט ארויף פוקד זיין דעם הייליגן ציון און יעדער האט השפעות וואס ער דארף זה בכה וזה בכה, עס איז ליידער דא אסאך עגמת נפש אין אידישע הייזער בגשמיות וברוחניות בכל ענינים ה"י, און מען דארף מתפלל זיין אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן, האט מען אז רביה"ק בגנזי מרומים וועט אונז אינזין האבן און אויסבעטן פאר אונז כל מילי דמיטב, און דערביי געזאגט פאר די בחורים אז מען דארף געבן א פדיון פאר א צדיק און דאס איז די קבלת טובות בכל ענינים און גיין אינעם דרך וואס ער האט אונז געלערנט און זיך פירן ווי חסידישע אידן, און מסיים בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
תיכף דערנאך ארום 1:10 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט די פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה כנהוג,
דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף ליכט מיט א נר נשמה, דער רבי האט געזאגט די תפילה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע"א מיט שטארקע בכיות, און ממשיך געווען מיט די קאפיטלעך תהלים פון צ' ביז ק''ז, דעם יהי רצון און קדיש, געלערענט משניות און געזאגט קדיש דרבנן,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט, בשעת דער ציבור זינגט ניגוני התעוררות מבית מדרשו פונעם בעל ההילולא זיע"א, דערביי האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ספעציעלע קוויטל פון די נדבנים פון 'קרן קרית יואל', דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט אלע נעמען און אראפגעלייגט די קוויטלך ביים ציון הק', דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:15.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט געצינדן די 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא.
תיכף נאך מנחה האט דער רבי עריכת שלחן הטהור וסעודת מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד די הילולא קדישא, באלד נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה געלערענט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם קדיש, נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל' , דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים, במשך דעם גאנצן טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין מבית מדרשו פונעם בעל ההילולא זיע"א. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד הוניאד.
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש מעניין דיומא ודברי הדרכה בענינים העומדים על הפרק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און ארויסגעברענגט אז מיט דעם וואס תלמידי חכמים זענען עוסק בתורה און לערנען סוגיות הש"ס, מיט דעם באקומען זיי די כח צו מהפך זיין גזירות און אוועקנעמען גזירות פון כלל ישראל און עס לייגן ביי די אומות העולם, רביה"ק דער בעל הילולא זיע"א איז געווען א יחיד בדורו בכל ג' עמודי העולם און מיט זיין כח התורה האט ער געקענט פועל'ן ישועות פאר אידן און אוועקנעמען גזירות פון אידישע קינדער, און דאס גייט אן ביז היינט ווען רביה"ק זיע"א איז בגנזי מרומים און איז דארט עוסק בתורה בישיבה של מעלה קען ער ווייטער משפיע זיין ישועות און רפואות,
דער רבי האט מאריך געווען ארומרעדענדיג איבער דאס גדלות און די פילע פעולות פון רביה"ק זיע"א הן בתורה והן בתפילה, צדקה וחסד, צניעות, און יראת שמים, אויפגעשטעלט א לגיון של מלך איבער די גאנצע וועלט כולו אומר כבוד שמים, מרים געווען דעם כבוד שמים אין אלע תחומין סיי דאהי און סיי אין ארצינו הקדושה מיטן אויפשטעלן מוסדות הק' אשר לא כרעו לבעל, ובפרט מיטן אויפשטעלן מוסד הק' 'קרן הצלה' להחזקת מוסדות התורה בארה"ק עטה"ק, און ביומא דהילולא קדישא זענען שומעי לקחו זיינע תלמידים מקבל עליהם ועל זרעם צו גיין אין זיינע דרכים אין אלע הינזיכטן, רביה"ק זיע"א האט אויפגעשטעלט קרתא קדישא הדין עיר ואם בישראל קרית יואל בדמי"ם תרתי משמע, און דאס איז געווען זיין חיות די לעצטע פאר יאר בעלמא הדין, געלויבט הקב"ה אז מען שטייט היינט מיט פופציג יאר שפעטער און עס וואוינען אין קר"י 9,000 משפחות כ"י! און מען בויעט כסדר פרישע בנינים פאר חינוך הבנים והבנות און בתי מדרשים און ישיבות, דאס איז זיכער אז רביה"ק זיע"א קוקט אראפ מעולם העליון און האט א נחת רוח פון די שטאט קרית יואל.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שטארקע פעולות צו גרינגער מאכן דאס קויפן און דינגן א דירה אין קר"י מיטן מאכן תקנות אויף די פרייזן אז מען זאל נישט בעטן מער פון דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער א סקווער פיס אין קר"י המורחבת, און דער רבי האט אפעלירט צו אנ"ש תושבי ברוקלין ווי די פרייזן פון די דירות זענען עד לב השמים, נומערן וואס מען שעמט זיך ארויסצוזאגן, און דער רבי האט געבעטן פון די עלטערן זאלן צושטיפן די קינדער זיך ארויסצוציען קיין קר"י און רחמנות האבן אויף זיי טראץ די הנאה פון האבן די קינדער נעבן זיך, און דאס איז חוץ די רוחניות'דיגע פראבלעמען פון די שטאט מיט פריצות וכו', איך וויל זאגן 'דער פעטער ז"ל האט געבויעט קרית יואל פאר די שטאטישע אידן! עס איז דא ב"ה גענוג דירות איבער גאנץ קר"י און לויטן חשבון וועט צוקומען אין די נעקסטע פאר יאר אריבער פינף טויזענט דירות און מען וועט שטיין על המשמר צו האלטן די פרייזן ביליג בעז"ה. אבער מען דארף האלטן פאר די אויגן אז רביה"ק זיע"א האט געבויעט קר"י נאר פאר זיינע תלמידים וואס גייען אין זיינע דרכים און הארכן וואס ער האט זיי גלערנט ובפרט בעניני השקפה בעניני אמונה ודעות און האבן נישט קיין שייכות צו אלע ציוניסטישע פארטייען, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס קענען זיין אידן וועלכע פראבירן במישרין ובעקיפין צהעלפן פרעמדע קרייזן זיך אהערצוציען, בגלוי ובסתר, רביה"ק בגנזי מרומים וועט זיך נוקם זיין אויף דעם והוי זהיר בגחלתן של תכוה, די גרעניץ פון די ווילעדזש איז נאר געמאכט געווארן פאר גשמיות'דיגע ענינים, פאר רוחניות'דיגע ענינים איז נישטא קיין גבולים און אלע שכונות ארום קר"י זענען א חלק פון קר"י אין אלע ענינים.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם חיוב פאר יעדעם זיך קובע עתים זיין לתורה, עס איז דא פארשידענע חבורות אין קהלתינו הק', חבורת תורתך שעשועי, חבורת יסודי התורה און נאך, עס איז ב"ה דא א השתנות לטובה און רוב מענטשן האבן היינט א שיעור בלימוד התורה אבער דאס דארף זיין ממש ביי יעדן איינעם בלי יוצא מן הכלל. אזוי אויך בנוגע די מלחמה לה' בעמלק בטומאת הציונית, האט דער רבי נאכגעזאגט אז 'באזני שמעתי' איך בין דארט געווען ווען דער פעטער ז"ל האט געזאגט אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות, היינט זעט מען עס שוין בחוש די גזירה איז נורא ואיום, און מען גרייט זיך אויף א מלחמה מבטל צו זיין די גזירה, און אויף דערווייל דארף מען זען מחזק צו זיין דעם 'מרכז עזרה ויעוץ' וואס העלפט ארויס יעדעם איינעם פון אלע קרייזן, מען דארף עפענען נאך לאקאלן און עס שטיצן ברוח נדיבה.
אזוי אויך בנוגע צניעות דארף מען זען צו שטיין על המשמר נישט נאכצולאזן גארנישט פון קאפ ביז פיס אלע ענינים וואס רביה"ק זיע"א האט פון אונז געפאדערט, דערביי האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט לשבח די תקנה פון בית רחל פון מוסדותינו הק' אין קר"י וועלכע האט געמאכט ספעציעלע תקנות ביי די מלבושים און מען גרייט זיך עס היי יאר אויך איינצופירן בקרב מוסדותינו הק' אין וומסב"ג.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון די מתיבתא הק' מיט אירע אריבער טויזענט תלמידים כ"י, צוטיילט אויף זעקס סניפים און צייכענען זיך אויס אין אלע ג' עמודי עולם און עס ליגט א פליכט אויף יעדעם עס צו שטיצן ברוח נדיבה.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די ערווארטעטע נסיעה קיין ארה"ק דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט מחזק צו זיין קהלתינו הק' ומוסדותי' בארה"ק, דער רבי האט געזאגט אז נאר דער וואס שטיצט א גאנץ יאר מוסדות יטב לב בתמוכה הגונה איז א חלק פון די שמחה און איז איינגעלאדענט מיטצוקומען.
דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט בנוגע כשרות המזוזות וואס יעדער דארף זיכער מאכן אז ער האט כשר'ע מזוזות, און דער רבי האט געוויזן פארן ציבור צוויי מזוזות וואס ער האט מיט זיך מיטגעברענגט, איינס איז 'געדרוקט' אויף פארמעט און איינס איז די פארמעט אינגאנצן ליידיג! וויאזוי פאסירן אזעלכע זאכן? ווייל א סופר ווערט א סוחר! ווען ער האט נישט גענוג מזוזות קויפט ער פון א סופר אין ארץ ישראל און ווען יענער סופר האט נישט גענוג קויפט ער פון א צווייטן, אין ארץ ישראל איז דא אסאך סופרים קלים ורקים! די עצה איז צו קויפן א מזוזה נאר פון א סופר וואס ער האט אליינס געשריבן די מזוזה און בשעת הדחק קען מען קויפן א מזוזה וואס איז אימפארטירט מיט א הכשר וואס איז באשטעטיגט דורך די איגוד הסופרים פון קהלתינו הק'.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער דעם גזירת החינוך אין ניו יארק ווי די רעגירונג וויל זיך אריינמישן אין די סדר הלימודים, געלויבט הקב"ה אז די עסקנים האבן שוין אביסל גרינגער געמאכט אבער מען גרייט זיך נאך אויף אסאך געריכט קעיסעס און מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל מצליח זיין שלא ירעו ולא ישחיתו, מען זאל קענען ממשיך זיין דעם חינוך המסורה לנו מדור דור, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בזכות פונעם בעל הילולא זיע"א עד ביאת הגואל בב"א.
דער רבי האט פארענדיגט די דב"ק ארום 10:50, און דערנאך געבענטשט אויפן כוס.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
