בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ו ניסן תשפ"ה4/24/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת שמיני כ"ו ניסן יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק. דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד זגיל הי"ו.
- ב"ר יחיאל דוד פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר אהרן דוד רובינשטיין הי"ו.
דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעורורות, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און מיט מכתם לדוד מכבד געווען הר"ר אהרן מאיר מייזליש שליט"א (ב"פ).

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק והכנה לפני עלי' לציון אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא עליכם כבוד ה' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א וועלכע האט ביי יעדע זאך אלץ געקוקט אז עס זאל ארויסקומען פון דעם א כבוד ה' און קיינמאל נישט געטוהן קיין פעולות לצורך עצמו, סיי ביי זיין הנהגה פרטית און סיי ביי די הנהגות הקהילה און דאס דארף יעדער טראכטן און ארויסנעמען ביומא דהילולא קדישא, און דער אנגעוואונטשן מען זאל אויספועל'ן כל מילי דמיטב.

נאכן מסיבת לחיים ארום 12:30 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש ותלמידי הישיבה, ביים אנגעקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה אין אריין אין אוהל הק', געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט, און געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע''א
דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא. דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

נאכמיטאג ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

נאך מנחה ארום 8:20 האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צום שלחן הטהור וסעודת הילולא.
נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו של רבי הבעל ההילולא זיע''א.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קעניזשא מתלמידי בעל הילולא.

ארום 9:15 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן זיינע דברות קודש וחובת השעה, און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא עליכם כבוד ה' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא, און ארויסגעברענגט דעם דרך פון רבותיה"ק זיע''א ולמעלה
בקודש צו משפיע זיין כל טוב פאר אידישע קינדער איז דורכן זאגן תורה, און אזוי האט זיך אויך געפירט רביה"ק בעל הילולא זיע''א מיטן זאגן תורה און דרשות אין אלע זמנים, און ארומגערעדט איבער גדלתו וצדקתו בג' עמודי עולם, זיין התמדת התורה און הרבצת התורה פאר די תלמידים, זיינע הייסע תפילות פארן עמוד, ער איז געווען א אב הרחמן ללבות נשברות און פארטיילט ריזיגע צדקות ביודעים ובלא יודעים, און די עבודת הקודש לחזק ולרומם קהלתינו ומוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט, און מחזק געווען די פילע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל, ובפרט 'כולל עצי חיים' וואס ער האט מייסד געווען און שטייט היינט בנשיאות אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות ומסירות, און מען דארף זען ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען, און עס שטיצן ברוח נדיבה, דער רבי האט ממשיך געווען איבער די שמחה פון רביה"ק בעל הילולא זיע''א צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה בעיר רבתי עם קרית יואל, זיין ערשטע פעולה תיכף נאך די פטירה פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ארויסצוברענגען די ישיבה מחוץ לעיר, און ארומגערעדט איבער די גוטע פירות פון ישיבתינו הק' און אויפגעפאדערט נישט אוועק צו שיקן און די פרעמדע ישיבות.

דער רבי האט שטארק ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי העיר פון קר"י ווי עס קומען כסדר צו נאך געסער און נאך שכונות, סיי אין קר"י און סיי אין קר"י המורחבת וואס אלע תושבים פירן זיך ווי עס פאסט פאר א תושב קר"י, ווי רביה"ק בעל הילולא זיע''א האט אלץ געזאגט אז דאס איז נאר א פקדון פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און האפט דאס צו קענען צוריקגעבן בשלימות, און געזאגט אז נישט נאר צוריקגעגעבן בשלימות נאר אסאך האט מען מוסיף געווען, און פון נאך די פטירה פון אביו איז מען ווייטער א מצווה ועומד מוסיף צו זיין וויפיל מען קען בגשמיות וברוחניות, און דערביי אויפגעפאדערט די תושבי העיר אז מען דארף זען אז עס זאל זיין צוגעשטעלט בתי מדרשים מקואות און מורה הוראה אין יעדע נייע געגענט.
קרית יואל וואס איז א עיר רבתי - רבתי בדעות מיט אסאך מיינונגען אבער דאס דארף יעדער וויסן אז איינער וואס איז נישט בהשקפה אחת מיט רביה"ק מייסד העיר זיע''א אין אלע ענינים האט נישט וואס צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט קר"י, און דאס איז אויך נוגע פאר א מנהיג וואס גייט צום כותל המערבי וואס איז בניגוד צום דעת פון רביה"ק זיע''א איז דאס אן עזות צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט וואס איז נקראת על שמו, סיי אין קר"י און סיי אין קר"י המורחבת, עס איז נישט קיין יושר און איז נגד השכל.

דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע אויפטוהן די לעצטע יאר צייט בנוגע די דירות פרייזן אין קרית יואל און ב''ה מען זעט עס אן, און עס בויען זיך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייזן, ואני על משמרתי אעמודה און וועל שטיין על המשמר אז די פרייזן זאלן בלייבן ביי 300 דאלער א סקווער פיס אין קר"י, און 250 דאלער א סקווער פיס אין קר"י המורחבת, און מזכיר געווען לטובה די אלע בויערס וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די תקנות וישלם ה' פעלם, און די חברי ועד הדירות וואס גאנץ קר"י איז זיי שולדיג א הכרת הטוב, בסוף דבריו האט דער רבי דערמאנט איבער די ביטערע מצב בארה"ק מיט די גזירות גיוס בני ישיבות וואס מען דארף רחמי שמים מרובים, און איבער די פילע פעולות לטובה פון 'מרכז עזרה ויעוץ' צו ראטעווען טויזענטער בני ישיבות פונעם מיליטער, און די גזירות החינוך דא אין ניו יארק מען זאל קענען ממשיך זיין צו מחנך זיין די קינדער עד המסורה לנו, און מסיים געווען בברכת קדשו.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

נאך די סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב אין חדר אברהם יודא, און צוגעגאנגען צו ספירה. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️