בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ד סיון תשפ"ד6/30/2024

באריכט
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר עזריאל שפיטצער הי"ו.
ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי.

אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי ישיבה אור ודעת ווי דער רבי האט מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פאר א שטיק צייט אינאיינעם מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

דערנאך איז דער רבי אריבער געפארן צו די חומש סעודה, דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן, און משמיע געווען דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען מעמדי חתימת שטרות פאר די פילע אנ''ש וועלכע האבן אויפגעטריבן סכומים הגונים ביים 'להעמידם' קאמפיין און דערמיט אפגעקויפט זכותים במוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי''ש בקהלתינו הק', דערנאך זענען ארויף די נדבנים און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי זיינע חשוב'ע שוואגערס בני הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ע"ה אינאיינעם מיט זייער לשובע מאמע תחי' האבן אפגעקויפט א זכות נכבד במוסדותינו הק' אין מאנסי, צום ערשט זענען אריבערגעקומען די עלטערע תלמידים פון מוסדותינו הק' און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און סידורים פאר די וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א.
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל יעקב קאסירער הי"ו אויף א ביקור תנחימון נאך די פטירה פון אשתו ע"ה, דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בני המשפחה און די יתומים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל וויזענפעלד הי"ו ווי בנו הרה"ח ר' חיים הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום און אפגעקויפט א 'זכות קומה' בבנין הבית רחל החדש אין מאנסי, עס איז אנוועזנד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב קהל עצי חיים סיגוט מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און נאך פארשידענע זכרונות, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים.
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען זיך אומקוקן אויפן מקוה וואס הרה"ח ר' ישראל הי"ו האט געבויעט פאר די געגענט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם פאבריק פון די 'גאלדן טעיסט' פירמע אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי, דער רבי האט געגאסן די יסודות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו.
דערנאך ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א, דער רבי איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע הנאה, און דערנאך געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די תלמידי ורמ''י הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וברכה פאר די בחורים און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים בקרוב.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי באגריסט הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין ווי די ישיבה איז סטאנציאנירט, און מיט חותנו בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר. ארום 5:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען ארייין בקו''פ רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים אינאיינעם מיט עסקני והנהלת מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די עפענונג פון די נייע 'זיבעטע' אפיס פונעם מרכז אין שטאט אשדוד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז, און באזונדער האבן די עסקנים געגעבן א באריכט איבער די אנגייענדע 'פודה' קאמפיין אנצושליסן אנ"ש אלץ שותפים אין די הייליגע פעולות פונעם מרכז, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים איבער די פילצאליגע פעולות איבערן ביטערן גזירות הגיוס אין ארה"ק, און די רבנים האבן איבער געגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די היסטארישע עצרת מחאה וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די עדה החרדית עפ"י קריאת כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א אויף כיכר זופניק וואו אלופי אלפי בני העדה זענען זיך צוזאמען געקומען אויסשרייען דעם זעקת הקודש קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, ווי אויך איבער די פילע פלענער אויף להבא למען הצלחת המערכה, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקני ורבני המרכז, און במיוחד האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר האברך ר' הערשל בר"י פריעדמאן הי"ו ראש העסקנים בארה"ב, און פאר הרבני הנגיד ר' יצחק שיפף יו"ר הנהלה בארה"ב.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום משה מנחם עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️