בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Tuesday2 Kislev 578512/3/2024

Report
מאנטאג פרשת ויצא ב' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אין שכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ישראל יצחק זינגער שליט"א.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן ראש ישיבה הרה"ג ר' יצחק ראזענבוים שליט"א אבד"ק קאליש מאנסי, און דער רבי איז אריין זיך אומקוקן אויף די לימודים פון די תלמידי הישיבה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:00 און זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח. מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלום הערש מאשקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש ופלפול אין די לימודי הישיבה אין מסכת פסחים, און דערנאך ממשיך געווען מיט מוסר והתחזקות אין לימוד התורה ותפילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורי ורמ"י הישיבה.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הגה"צ אבד"ק קאליש מאנסי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו - הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' שלמה מייער הי"ו - הרה"ח ר' יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמעלשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"א גאנדל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצנעמען דעם ציבור.

ארום 11:45 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס זכרונות פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל און איבער דעם שבת וואס רבינו שליט"א האט געוויילט בצילו אין שיכון סקווירא מיט קרוב צו זעכציג יאר צוריק, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום קישור החיתון פון בתו הכלה למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה, ובסיפורי צדיקים פון די זיידעס. מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן מחותנים און די בני המשפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday1 Kislev 578512/2/2024

Report
זונטאג פרשת ויצא א' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם פראנקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלום לעווי הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:45 און זיך געוואשן צום סעודת ר"ח, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח ניגונים פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.

נאך ברכו נפשי האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פון חתם סופר אז עס איז דא פערציג טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור, און פערציג טעג פון הושענא רבא ביז ר"ח כסלו וואס ר"ח כסלו איז דא א בחינה פון יו"כ, 'לא היו ימים טובים בישראל כחמשה עשר באב ויום הכיפורים שבהם בנות ישראל יוצאות וכו', במילא זענען די צייטן מסוגל פאר שידוכים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו - הרה"ח ר' אהרן דוד יצחק רובינשטיין הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אלי' קרויס הי"ו - הרה"ח ר' משה שמואל סאמעט הי"ו.
הרה"ח ר' אשר יצחק ווידער הי"ו - הרה"ח ר' יואל חיים משה מיללער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת תולדות מברכים חודש כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו.
החתן מענדל ב"ר יואל עפשטיין הי"ו.
החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת אין קוממיות עטה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד סיגוט קרית יואל. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם הייס הי"ו (לאנדאן).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו' און געטייטשט אז רבינו גרשום ווערט אנגערופן 'מאור הגולה' ווייל זיינע גרויסע תקנות זענען מעורר כלפי מעלה אז כביכול זאל נישט ח''ו אוועקווארפן אידישע קינדער בע''כ און נישט נעמען אן אנדערע אומה אנטשטאט.

קה אכסוף: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו. ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג ל' חשון. קה רבון עלם: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן שליט"א אב"ד שעניא ב"פ. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב האללענדער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ.

עליות. כהן: הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו. שלישי: החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן הערשל ב"ר אהרן שמואל פוקס הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה בר"ל הערשקאוויטש הי"ו.
ר' שמואל אליעזר פערל הי"ו.
ר' אברהם דוד ראזענבערג הי"ו.
ר' יואל עמרם גאלדבערגער הי"ו.
ר' יודא ברא"מ לאנדא הי"ו.
ר' שלמה מנשה דייטש הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו (ב"ב). מפטיר: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. הגבה הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.

מוסף: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן שמואל פישער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס יואל פריינד הי"ו (ב"פ). כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב"ד איהעל ב"פ. לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יודא אוגנשטיין הי"ו (מאנסי).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו' און געטייטשט אז ביי תשובה איז דא א מדת החסד אז עס איז דא כפרות עוונות אפילו אויף וואס מען געדענקט נישט, דורך לימוד התורה בלילה ווערט נמשך א חוט של חסד אויפן מענטש בפרט ווען עס קומט אן ביגיעה, און דורך דעם איז מען זוכה צו חסד ורחמים אויפן גאנצן טאג.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו (לאנדאן). קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו (ב"פ) דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

מוצש''ק ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר משה בן הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א (אנטווערפען) און הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.

פון דארט איז דער רבי אריבער צו בית מדרשינו 'בית חיים דוד' אין קרית יואל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי דער רבי האט אויפגענומען הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א אלץ דומ"ץ הביהמ"ד.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:45, עס האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דער יו''ר הרה"ח ר' שמעון וויינבערגער הי"ו האט אויפגערופן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נייער דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' יוסף שמואל שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן הגאון הדומ''ץ שליט"א פאר בנו הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א פאר הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו מגדולי נדיבי הביהמ"ד וחבר וועד הרחבת גבולי העיר.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דבר"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז דורך די תורה הקדושה ווערט ארץ ישראל גרעסער און ארויסגעברענגט די שמחה אז קר"י פארשפרייט זיך ב"ה אויף אלע זייטן מיט גרויס הצלחה און מען נעמט אויף אזא חשוב'ע דיין אינעם ביהמ"ד וואס געפונט זיך אין אזא שיינע געגענט ווי די תושבים ווילן ח"ו נישט אנטלויפן פון קר"י נאר ווילן זיין א חלק פון קר"י, און דערביי האט דער רבי קורא שם געווען פאר די געגענט ( קוועקיר הילל) אלס 'שכונת פרי מגדים', און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די תושבים אז מען זאל זען אנצוהאלטן אלעס אזוי ווי אין קר"י און בפרט בעניני צניעות און מלבושים ביי אינגלעך און מיידלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן דומ"ץ הביהמ"ד און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:30, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייע פארענדיגטע מקוה אין ביהמ''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday28 Cheshvan 578511/29/2024

Report
פרייטאג ערש''ק תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' ב"פ, בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א.
ב"ר דוד כ"ץ הי"ו.
ב"ר אליעזר רובינשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל זאב האלפערט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה.
ב"ר מאיר בר"ל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יצחק יודא לעבאוויטש הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל האפפער הי"ו - הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו.
הרה"ח ר' שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו - הר"ר אברהם מאיר עקשטיין שליט"א.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות בקו''פ ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראש הקהל וראש העיר, האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם עירוב טראק וואס איז געקויפט געווארן דורך די 'וועד העירובין' שע"י בית הוראה דקרית יואל, און ווערט שוין באנוצט וועכענטליך צו בודק זיין די פילע עירובין אין אלע שכונות און געגענטער איבער קרית יואל, עס זענען אנוועזנד געווען די רבני הוועד, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט די רבנים שליט''א פילע פרטים און שאלות וואס האבן זיך געמאכט לעצטענס ביי די עירובין אין די פילע שכונות אין קר"י און בפרט די פראבלעמען וואס האבן זיך געמאכט מיט די יעצטיגע עירוב בענדלעך פארגאנגענעם פרייטאג ביי די שניי וואס האט פסול געמאכט עטליכע עירובין און מען האט אויסגעשמועסט די פלענער פאר א לעזונג וואס מען האפט ארויסצוברענגען מכח אל הפועל בקרוב אי"ה.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' אברהם הי"ו, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן, רבני הוועד, און פאר די וועד בעלי בתים וועלכע שאפן די ריזיגע געלטער וואס די פראיעקטן נעמען אריין און אנגעוואונטשן הצלחה אויף ווייטער שלא יצא מכשול מידינו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם אבא לאנדא הי"ו.
ב"ר מנחם הירש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:30 איז דער רבי אריבער צו די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה אין ביהמ"ד החדש ישראל שלום אין שכונת ויואל משה וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, דער רבי האט געגאסן די מקוה און מכבד געווען צו גיסן די אנוועזנדע רבנים שליט"א כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און די אנדערע חשוב'ע רבני ודייני קהלתינו, און הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו נדבן הביהמ"ד ובונה השכונה און נאך חשובע פני הקהילה.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד וואס האלט אינמיטן די בוי פאזעס און געהערט א באריכט פונעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו איבער די פלענער פונעם ביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד בית אלעזר צום מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע רבנים שליט"א, צווישן אנדערע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אין די לעצטערע טעג, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים שליט"א און עקסטער פאר הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א מגדולי המומחים בעניני מקוואות, פארן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דער רבי האט איבערגעקוקט די סקיצעס און פלענער פונעם ביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, מען האט געענדיגט ארום 1:10.

ארום 3:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון רבי משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו שו"ת היכל הוראה ו' כרכים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 6:00 איז דער רבי אריבער בהיכל הכולל ווי דער רבי האט משמיע געווען דבר ה' זו הלכה הוראת קדשו בענין החדר"ג העומד על הפרק ובדברים חמורים למען קדושת העיר און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די רבני ולומדי הכולל בנוגע די ענינים און מסיים געווען בברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר סטרולאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו.
הרה"ח ר' יואל בר"ה טייטלבוים הי"ו - הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
ב"ר אברהם פאוועל הי"ו.
ב"ר יואל ברי"י פריינד הי"ו.
ב"ר יואל ברילל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה', און משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים ווי דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בענין פרשת החדר"ג העומד על הפרק.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין הת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הרה''ג ר' יואל שפיטצער שליט"א לרגל שמחת הנחת תפילין פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה ני"ו און פאר הב' ב"ר משה גדלי' אדלער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס פאר נכדו ני"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און די בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן, און פאר אלע קינדער, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און געטייטשט אז די תפילין איז א רמז אויף די אבות ואמהות, דעמאלטס איז די צייט אריינצוטראכטן מתי יגיע מעשי למעשי אבותי, און מעורר געווען די בחורים אויסניצן די צייט אויף לימוד התורה און נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 1:00 איז דער רבי אנגעקומען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין קר"י, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בית השחיטה אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט און דערביי אנגעוויזן די פילע חומרות וואס זענען איינגעשטעלט אינעם בית השחיטה, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט שטארק מפליא געווען די בית השחיטה און עס האט זיך פארצויגן לענגערע שמועסן בעניני שחיטה, נאך אריבער א שעה צייט האט זיך דער רבי ווארעם געזעגענט און אהיים לביתו נאוה קודש.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 7:20 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית מרדכי צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:30 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון אביו הגה"צ אבד"ק סאמבאטהעלי זצ"ל מיט רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' שרגא יצחק פעדער הי"ו.

בעת די זמני כניסה האט זיך הב' אלטר יצחק בן הר"ר יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו קר"י, געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday24 Cheshvan 578511/25/2024

Report
זונטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי שמואל זילבערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל מערמלשטיין הי"ו.
ב"ר שרגא יצחק ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם יוסף שווארטץ הי"ו.
ב"ר קלונימוס אליעזר מאלח הי"ו.
ב"ר ישראל יושע קאליש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 5:45, בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס ארום 7:40 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין קר"י לטובת ישיבתו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער ישיבות אינדערהיים אין אייראפע און דער רבי האט שטארק משבח געווען זיין ישיבה וועלכע איז נודע לשם ולתהילה, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די שטאט קרית יואל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און עקסטער פארן בעל אכסניאמוה"ר עקיבא הערש קליין הי"ו און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' פייוול סופר הי"ו.
הרה''ח ר' אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי שמואל שמעלקא כהנא שליט"א אדמו"ר מפשעצלאוו אנטווערפען, דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו 'נשים במאי זכיין' און דער רבי האט מעיין געווען א שטיק צייט און פארפירט א שיינעם שמועס איבער די ספר און אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת מקור חיים פון פלעטבוש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת הבר מצוה פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יהודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, נאכן זיך וואשן האט דער בר מצוה בחור געמאכט א סיום אויף
ששה סדרי משנה און נאכן סיום האט דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א געזאגט קדיש, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, און נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז מען דארף האבן יראת שמים פאר מען לערנט תורה צו לערנען תורה בטהרה און נאכן לערנען כדי די תורה זאל האבן א קיום אויף שפעטער, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם בר מצוה בחור וועלכע האט מסיים געווען ששה סדרי משנה און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מסיים זיין כל הש"ס און זיך פירן אין די וועגן פונעם זיידן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א נאך וועם ער טראגט זיין נאמען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים יצחק ניילענדער הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 6:40. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת קדושת משולם זושא באלעד עטה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא אויף א נייעם סדר צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער תלמידי המתיבתא, די וואך מיט תלמידי סניף דברי יואל, ברך משה, קדושת יואל, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' חיים בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער הי"ו (שיכון סקווירא).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.

קה אכסוף: הרה"ח ר' ישעי' אשר זעליג אייזנבאך הי"ו (בית שמש). ברכת המזון: הרה"ג ר' חיים האלבערשטאם שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען שב"ק כ"ב חשון. קה רבון עלם: הרה"ח ר' צבי ארי ווייס הי"ו (ב"ב). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:05.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' וואלף בר"ה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קניזשא. רביעי: החתן יונתן ב"ר בערל גאלד הי"ו. חמישי: החתן מרדכי ב"ר יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' בנציון חיים זאלדאן הי"ו.
ר' יושע בער שווארטץ הי"ו.
ר' יואל ברמ"א זאבעל הי"ו.
ר' יחזקאל שרגא ברא"י מערץ הי"ו.
ר' משה מענדל עסטרייכער הי"ו.

שביעי: החתן משה דוד ב"ר יעקב טעללער הי"ו. הוספות: החתן הערשל ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו. החתן הערשל ב"ר יעקב קאפיל ליכטענשטיין הי"ו. החתן יודא ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו. אחרון: הרב הגאון ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מאיר שווארטץ הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם בער דייטש הי"ו (מאנסי).

מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא רובינשטיין הי"ו (ןומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער הי"ו. כהן: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' משה שווארטץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים ב"ב. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' מיכל פריינד הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט אז א מענטש דארף זיך איינחזר'ן אמונה אין הקב"ה סיי ווען מען זעהט עס און סיי ווען מען זעהט נישט און נישט מיינען אז ווען מען איז מצליח אז עס איז די אייגענע חכמה און כח, נאר וויסן אז אלעס איז כח וגבורה פונעם הייליגן באשעפער סיי זאכן מחוץ לטבע און סיי זאכן מלבוש מיטן טבע.

ידיד נפש: הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג. קל מסתתר: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה דקהלתינו הק' וומסב''ג. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ישראל יצחק היימאן הי"ו (אנטווערפן). נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.


במוצאי יום גילה

מוצש''ק נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק, און הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב איבער די גסות שחיטה אין אורעגוויי און נאך פילע בתי שחיטה ווי קהלתינו הק' האט געשחט'ן די לעצטע פופציג יאר, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים קר"י לרגל שמחת סיום הש"ס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן שליט"א און די גאנצע משפחה.

דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מעמד התמנות, רבינו שליט"א האט ממנה געווען הרב הגאון ר' יואל אפענהיים שליט"א מנהל ישיבה קטנה דרך התורה אלץ דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין שכונת זרע קודש, עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב שכונת דברי חיים, הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און די חברי וועד הרחבת גבולי העיר און פילע תושבי השכונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה און איבער די פילע פעולות פון די וועד הרחבת גבולי העיר אין אלע שכונות אין קר"י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א, פאר הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א און פאר די תושבי ועסקני השכונה וגבאי הביהמ"ד, און משמיע געווען קורצע דב"ק און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נייעם דומ"ץ הביהמ"ד ער זאל קענען מרומם זיין די כח התורה ותפילה אינעם ביהמ"ד און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תושבי השכונה.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און די עסקני וגבאי הביהמ"ד זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד נועם אלימלך אויף ליזענסק צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days