שב''ק פרשת תולדות מברכים חודש כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו. החתן מענדל ב"ר יואל עפשטיין הי"ו. החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת אין קוממיות עטה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד סיגוט קרית יואל. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם הייס הי"ו (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו' און געטייטשט אז רבינו גרשום ווערט אנגערופן 'מאור הגולה' ווייל זיינע גרויסע תקנות זענען מעורר כלפי מעלה אז כביכול זאל נישט ח''ו אוועקווארפן אידישע קינדער בע''כ און נישט נעמען אן אנדערע אומה אנטשטאט.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו. ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג ל' חשון. קה רבון עלם: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן שליט"א אב"ד שעניא ב"פ. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב האללענדער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:00.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו. שלישי: החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן הערשל ב"ר אהרן שמואל פוקס הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' משה בר"ל הערשקאוויטש הי"ו. ר' שמואל אליעזר פערל הי"ו. ר' אברהם דוד ראזענבערג הי"ו. ר' יואל עמרם גאלדבערגער הי"ו. ר' יודא ברא"מ לאנדא הי"ו. ר' שלמה מנשה דייטש הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו (ב"ב). מפטיר: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. הגבה הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
מוסף: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן שמואל פישער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס יואל פריינד הי"ו (ב"פ). כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב"ד איהעל ב"פ. לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יודא אוגנשטיין הי"ו (מאנסי).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו' און געטייטשט אז ביי תשובה איז דא א מדת החסד אז עס איז דא כפרות עוונות אפילו אויף וואס מען געדענקט נישט, דורך לימוד התורה בלילה ווערט נמשך א חוט של חסד אויפן מענטש בפרט ווען עס קומט אן ביגיעה, און דורך דעם איז מען זוכה צו חסד ורחמים אויפן גאנצן טאג.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו (לאנדאן). קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו (ב"פ) דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מוצש''ק ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר משה בן הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א (אנטווערפען) און הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו בית מדרשינו 'בית חיים דוד' אין קרית יואל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי דער רבי האט אויפגענומען הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א אלץ דומ"ץ הביהמ"ד. דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:45, עס האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דער יו''ר הרה"ח ר' שמעון וויינבערגער הי"ו האט אויפגערופן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נייער דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' יוסף שמואל שליט"א. דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן הגאון הדומ''ץ שליט"א פאר בנו הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א פאר הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו מגדולי נדיבי הביהמ"ד וחבר וועד הרחבת גבולי העיר.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דבר"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז דורך די תורה הקדושה ווערט ארץ ישראל גרעסער און ארויסגעברענגט די שמחה אז קר"י פארשפרייט זיך ב"ה אויף אלע זייטן מיט גרויס הצלחה און מען נעמט אויף אזא חשוב'ע דיין אינעם ביהמ"ד וואס געפונט זיך אין אזא שיינע געגענט ווי די תושבים ווילן ח"ו נישט אנטלויפן פון קר"י נאר ווילן זיין א חלק פון קר"י, און דערביי האט דער רבי קורא שם געווען פאר די געגענט ( קוועקיר הילל) אלס 'שכונת פרי מגדים', און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די תושבים אז מען זאל זען אנצוהאלטן אלעס אזוי ווי אין קר"י און בפרט בעניני צניעות און מלבושים ביי אינגלעך און מיידלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן דומ"ץ הביהמ"ד און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:30, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייע פארענדיגטע מקוה אין ביהמ''ד.