בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday1 Kislev 578512/2/2024

Report
זונטאג פרשת ויצא א' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם פראנקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלום לעווי הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:45 און זיך געוואשן צום סעודת ר"ח, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח ניגונים פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.

נאך ברכו נפשי האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פון חתם סופר אז עס איז דא פערציג טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור, און פערציג טעג פון הושענא רבא ביז ר"ח כסלו וואס ר"ח כסלו איז דא א בחינה פון יו"כ, 'לא היו ימים טובים בישראל כחמשה עשר באב ויום הכיפורים שבהם בנות ישראל יוצאות וכו', במילא זענען די צייטן מסוגל פאר שידוכים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו - הרה"ח ר' אהרן דוד יצחק רובינשטיין הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אלי' קרויס הי"ו - הרה"ח ר' משה שמואל סאמעט הי"ו.
הרה"ח ר' אשר יצחק ווידער הי"ו - הרה"ח ר' יואל חיים משה מיללער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️