בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday27 Cheshvan 578511/28/2024

Report
דאנערשטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל זאב האלפערט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה.
ב"ר מאיר בר"ל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יצחק יודא לעבאוויטש הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל האפפער הי"ו - הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו.
הרה"ח ר' שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו - הר"ר אברהם מאיר עקשטיין שליט"א.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות בקו''פ ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראש הקהל וראש העיר, האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם עירוב טראק וואס איז געקויפט געווארן דורך די 'וועד העירובין' שע"י בית הוראה דקרית יואל, און ווערט שוין באנוצט וועכענטליך צו בודק זיין די פילע עירובין אין אלע שכונות און געגענטער איבער קרית יואל, עס זענען אנוועזנד געווען די רבני הוועד, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט די רבנים שליט''א פילע פרטים און שאלות וואס האבן זיך געמאכט לעצטענס ביי די עירובין אין די פילע שכונות אין קר"י און בפרט די פראבלעמען וואס האבן זיך געמאכט מיט די יעצטיגע עירוב בענדלעך פארגאנגענעם פרייטאג ביי די שניי וואס האט פסול געמאכט עטליכע עירובין און מען האט אויסגעשמועסט די פלענער פאר א לעזונג וואס מען האפט ארויסצוברענגען מכח אל הפועל בקרוב אי"ה.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' אברהם הי"ו, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן, רבני הוועד, און פאר די וועד בעלי בתים וועלכע שאפן די ריזיגע געלטער וואס די פראיעקטן נעמען אריין און אנגעוואונטשן הצלחה אויף ווייטער שלא יצא מכשול מידינו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️