בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגל' מרחשון תשפ"ז11/10/2026

באריכט
מאנטאג תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה''ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט''א - מו''ץ.
- ב''ר ישעי' בער לעווי הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר חיים אלי' צוויבל הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ח. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה, און מעריב ארום 6:00.

פארנאכטס איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר מיטוואך תולדות אין וומסב''ג. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה חיים קאהן הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי יעקב פעלבערבוים הי"ו.
- הרה"ח ר' שמואל פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 9:50 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת בבא קמא והתחלת מסכת בבא מציעא דורך די אלפי לומדי החבורה במסגרת חבורת יסודי התורה. הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה לכבודו פון חמיו הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - פטרון החבורה אין קר''י.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו, און פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' וואס די מדרש טייטשט אויס די ברכות אויף לימוד התורה, און די ברכה איז געווען ויתן ויחזור ויתן אז מען זאל איבערחזר'ן די לימודים, מקרא משנה וגמרא. אין די ספה"ק שטייט אז אויף חזר'ן באקומט מען יא שכר בהאי עלמא, אויב איז ויתן ויחזור ויתן מען חזר'ט איבער די לימודים דאן איז מען זוכה צו אלע ברכות.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה פון טויזענטער אנ''ש פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן מסיים געווען מסכת בבא קמא זקנים עם נערים, און געזאגט אז די חבורה איז נתייסד געווארן ל"ג בעומר תשס"ו און מען האט שוין מסיים געווען כמה מסכתות הש"ס, און אנגעוואונטשן אז מען זאל קענען מסיים זיין מסכת בבא מציעא און דערנאך ווייטער מסכתא נאך מסכתא ביז מען וועט מסיים זיין גאנץ ש"ס, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון יעדע עמוד גמרא יעדע שעה לימוד התורה וואס אויב די בעה"ב איז מקפיד דערויף באקומט דאס א געוואלדיגע חשיבות, און ארומגערעדט בשבח פון די עסקנים והנהלת החבורה וועלכע העלפן ארויס אזויפיל טויזענטער אידן לומדי החבורה, ובפרט פונעם פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו וועלכער האט גענומען אויף זיך שוין פאר לאנגע יארן אויסצוצאלן די תשלומין פון די בחינות אין קר''י און איז גרייט צו צאלן פאר די פרישע לומדים ומתחילים, און אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

מען האט געזינגען ניגוני לימוד התורה מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום אויף מסכת בבא קמא און אנגעהויבן מסכת בבא מציעא, און דערנאך געזאגט קדיש. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבוד התורה פאר א לענגערע צייט.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה''ח ר' נח גפן הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 162