מסע הקודש קיין ארה''ק שב''ק באתרא קדישא מירון - שב''ק תולדות תשפ''ו
מוצש''ק כ"ד חשוון תשפ"ו - יום ה' ז' כסלו תשפ"ו · 211 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
זונטאגי"ז כסלו תשפ"ו12/7/2025
באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון
מיטוואך דאנערשטאג ויצא - בני ברק - מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה קטנה און ישיבה גדולה מהרי"ט בבית מדרשינו הגדול. ביים אנקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים און ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יצחק יודא שישא הי"ו (בית שמש). - ב"ר משה דוד טעלער הי"ו (בני ברק) בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יוסף היילברוין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, ביים לחיים האט זיך משתתף געווען הגאון הגדול ר' אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א אב"ד שבט הלוי בראכפעלד. מען האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט''א אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו הק'. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק צום ערשט איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין מסכת בבא קמא און געבעטן די בחורים זיי זאלן עוסק זיין מיטן טרעפן תירוצים, און דערנאך ממשיך געווען בדברי התחזקות בלימוד התורה, תפילה, מידות טובות, מידת האמת, און ארומגערעדט איבערן גזירות הגיוס, ווי דער רבי האט געזאגט אז מיט די גזירה פארשטייט מען שוין די דאפעלטע לשון וואס מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג נאכן ליינען, אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה, בצרה מיינט מען דעם גזירות הגיוס, און בשביה מיינט מען דאס אז די מדינה לאזט נישט ארויספארן די בחורים, וואס ביז היינט האט מען געקענט ארויספארן אבער היינט לאזן זיי נישט, און מסיים געווען בברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן מיט די קאר ארום דעם גאנצן שיכון ווי עס זענען געווען אויסגע'שורה'ט די הונדערטער תלמידות פון מוסדותינו הק' בנות ארץ ישראל בית פיגא לראות פני הקודש.
בבית האכסניא איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט אנ"ש תושבי ב"ב נדיבי ופטרוני המוסדות וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' אין בני ברק, עס האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' יואל משה גליק הי"ו און הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט''א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק די חשיבות פון אידן אין בני ברק וועלכע שטרענגן זיך אן יותר מכפי יכלתם לטובת המוסדות דאס איז א שטארקע חיזוק פאר די תומכי המוסדות פון חוץ לארץ און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך זענען די תומכים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון די ישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט די סדר אשמורת הבוקר און דער רבי האט פארטיילט ספרו הק' לב אהרן סוגיות הש"ס מסכת ר"ה - סוכה, און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה אינגעלייט פון קהילת גור וועלכע האבן זיך געשטעלט אויף א פארהער אויף דריי סדרים אין ש"ס, דער רבי האט שארף פארהערט א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 3:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
ארום 4:30 איז דער רבי אריבער אין כולל חלקת יעקב - ברייש, ווי דער רבי האט משמיע געווען א לענגערע טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבא בעבירה פאר די רבני ולומדי הכולל. דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא הרה"ג ר' מאיר לוריא שליט"א ואתו עמו הרה"ג ר' משה ברייש שליט"א, א זוהן פונעם חלקת יעקב, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם כולל וואס איז פקיע שמיה און נודה לרבים אלס א מקום תורה חשוב מאוד ווי עס זיצן אידן תלמידי חכמים מופלגים גדולים בתורה שליט"א, דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ווערטער אין מדרש 'אין כבוד אלא תורה' אז מכבד זיין מיינט בדברי תורה, בעהט מען דעם באשעפער אז יהיו לרצון אמרי פי. דאן האט דער רבי האט אנגעהויבן דעם לענגערע שיעור אויף די משנה אין מסכת סוכה דף כט: לולב הגזול והיבש פסול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה, און אריין לארכו ולרחבו פון די סוגיא און מצדד געווען אלע שיטות הראשונים, וועלכע האט מיטגעשלעפט אלע לומדים אין א פייער פון שמחת התורה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה א לענגערע צייט, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די ראש הכולל ואתו עמו אלע רבנים און לומדי הכולל און אנגעוואונטשן אז מען זאל קענען לערנען בבריאת השלמות ללמוד וללמד לשמור ולעשות מתוך הרחבת הדעת עד זקנה ושיבה, און די רשעים זאלן נישט קענען שטערן אידישע קינדער לומדי תורה און שומרי מצות ה'.
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די שװערע גזירה וועלכע שוועבט אויף אידישע קינדער אין ארץ ישראל און געזאגט אז אין חוץ לארץ האט מען געוויסט אז עס איז דא א שווערע גזירה, אבער מען האט דא געהערט אידן פארציילן די עגמת נפש פון די בחורים און עלטערן, וואס מען מאכט אלס מיט פון די פחד, אז מען ווייסט נישט מה יולד יום ה"י, און געענדיגט מיט ברכות לרוב אז דער אויבערשטער זאל מפיר זיין עצת רשעים, און מ'זאל קענען לערנען מיט הרחבת הדת, און בזכות לימוד התורה וועט מען זוכה זיין בביאת גוא"צ בב"א. ביים ענדיגן האט זיך דער רבי מפלפל געווען אין די סוגיא מיט די ראשי ולומדי הכולל בריתחא דאורייתא פאר א לענגערע צייט, דער רבי האט פארלאזט די כולל ארום 5:45.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מדעעש שליט"א בהיכל בית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
דערנאך ארום 7:00 איז דער רבי אריבער אויף א מסיבת לחיים אינעם נייעם לאקאל פון 'אילאוויטש שטריימלעך' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' שמואל מאיר אילאוויטש הי"ו מגדולי תומכי המוסדות וועלכע האט דערביי מנדב געווען א ריזן סכום לטובת בית מדרשינו הגדול אין בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די היסטאריע פון שטריימלעך דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
ארום 8:00 האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור גומלין באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15, בעל תפילה: הב' שלום ב"ר שלמה פריינד הי"ו. און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען די זמני כניסה פאר ביז ארום 1:30.
נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען א באשיידענע מסיבת לחיים לרגל די שמחה בבית הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א ראש המצילים במרכז עזרה ויעוץ בבית האכסניא, ביים לחיים האט דער רבי ארויסגעברענגט די שוועריגקייט פונעם מצב, ווי ווייט בחורים און עלטערן זענען פארלוירן, און ארום גערעדט איבער די געברויך צו פארברייטערן די אפיסעס און צולייגן ארבייטער צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און העלפן יעדן וואס וויל זיך ראטעווען בפרט אין בני ברק וואס עס איז כמעט נישטא קיין עסקנים, דער רבי האט דערביי אויסגעשמועסט די וואונדער וואס עס איז דא אויף די וואס ווילן ליידער איינגיין אויף א פשרה, זאגנדיג "איך קען זיי נישט פארשטיין!", און דער רבי האט ערווענט אז מען איז אים שוין געקומען מסביר זיין אז ס'איז נישט געפערליך, ס'וועט שלעפן צייט, אבער דער רבי האט געענטפערט אז דער מהלך גייט נישט גוט ארבעטן און עס גייט נאר ערגער מאכן, בפרט מיט מאכן צרות פאר יחידים, און ווער קען מפקיר זיין אזויפיל נפשות מישראל. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, און ספעציעל פאר'ן מחותן ר' שמעון שליט"א אז די פעולות גדולות זאלן מצליח זיין און ס'זאל אנקומען גרינג, מיט די הילף פון אנ"ש פון איבער די גארער וועלט וועלכע העלפן ארויס מיט די הוצאות לאלפים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע עסקני המרכז און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק. - בעל תפילה: ר' משה ארי' שטרוהל הי"ו. - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. - לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א, מו"ץ. - שלישי: רבינו שליט"א. - הגבה: הרה"ח ר' אליעזר פאלאטשעק הי"ו. - גלילה: ר' שלום אליעזר פוקס הי"ו.
נאך שחרית זענען אריין בקו''פ בבית האכסניא א קבוצה לומדי כוללינו כולל עצי חיים וועלכע האבן מסיים געווען שו"ע יו"ד, דער רבי האט משמיע געווען ברכת הקודש פאר די לומדי הכולל און דערביי ממנה געווען צוויי פרישע מורי צדק אין קהלתינו הק' אין בני ברק, ה"ה הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א און הרה"ג ר' דוד כהן שליט"א, דער רבי האט זיי ווארעם אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיהם ולהורות דבר ה' זו הלכה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי משםחת הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה ממייסדי השיכון קרית יואל ומנהל מוסדותינו הק' רבות בשנים, היושבים ע"פ אמם הישישה ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן קורצן וועג צום שטאט לוד ווי עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון 'שמים פתוחים' דער מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן סיום חצי ש''ס דורך חבורות יסודי התורה, פאר אלפי אנ''ש תושבי ארה''ק. ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען כ''ק אדמורי''ם מיערוסלוב וטעמעשוואר שליט''א.
דער רבי איז אנגעקומען צו די מסיבה ארום 10:45, מען האט געזינגען מערערע ניגונים, אלץ יושב ראש האט געדינט הר"ר משה מנחם הערשקאוויטש שליט"א פון ירושלים און עס האט אויפגעטרעטן מיט רגשי געגועין הרה''ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א מנה"ר ישיבה גדולה מהרי"ט בני ברק. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב''ק בדברי דרוש ואגדה על פרשת השבוע ובמשנתו פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך ממשיך געווען מיט לענגערע הדרכה אין אלע ענינים, לימוד התורה בקביעות, זיך פירן ווי א חסידישע איד גיין אין מקוה יעדן טאג, דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים בהשקפה אחת מרישא ועד גמירא, מחנך זיין די קינדער לתורה וליראת שמים ומידות טובות, פירן די סעודת שב"ק כראוי מיט זמירות ודברי תורה, אכטונג געבן אויף די צניעות אין שטוב, און שטארק מעורר געווען זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכינים סיי אין ירושלים און בפרט אין בני ברק סיי בנוגע די הארבע ענין פון ביי-האר און אזוי אויך ביי אלע שייטלען צו גיין נאר בצניעות, רעדן אויף אידיש, נזהר זיין אין נישט ערליכע ליין מאטריאל און אין טעכנאלאגיע און אלע טמא'נע כלים, און שטארק ארומגערעדט איבער די טומאת הציוניות און אלע זייערע נאכשלעפער און פארטייען, און ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה''ק ירושלים בני ברק און בית שמש און געזאגט אז עס איז געווען אן עונג רוחני זיך צו טרעפן מיט אנ''ש יראים ושלימים, און עס שטייגט בכמות ובאיכות בתורה עבודה וגמילות חסדים וקשה עלי פרידתכם. דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ביטערע מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות, מען האט געזען די פראבלעמען און צער פון יעדעם איינעם און מען וויינט מיט און מען פילט מיט מיט יעדעמס ווייטאג, און דערמאנט דעם סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס און אויפגעפאדערט יעדעם איינעם זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה מיט מסירות נפש און נאר אזוי וועט מען בייקומען די רשעים און די גזירה פון גיוס בני ישיבות וועט בטל ווערן, און חלילה צו מאכן פשרות און פארהאנדלען אין דעם ענין, און מען דארף זיך האלטן שטארק, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט הר"ר דוד ווייסהויז שליט''א פון בית שמש געמאכט דעם סיום אויף מסכת קידושין וחצי הש"ס, און הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו פון וומסב''ג - מגדולי העסקנים וחבר הנהלת החבורה האט געזאגט קדיש. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכען טאנץ פאר א לענגערע צייט. דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד ארום 12:30 אויפן וועג צום לופטפעלד ווי אנ''ש האבן באגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה נישט זיך קענענדיג געזעגענען פון די הייליגע געהויבענע טעג. אין לופטפעלד האבן זיך געזעגענט פון רבינו שליט"א ראשי קהלתינו ומוסדותינו הק' פון ארה"ק וועלכע האבן זיך באדאנקט מעומק לבבם בשם כל הקהל הקודש אויף די געהויבענע טעג וואס דער רבי האט געפראוועט בקרב קהלותינו הק' אין ארץ הקודש, און עקסטער אויף די הערליכע תמוכות וואס דער רבי האט געברענגט פון אמעריקא וואס איז פארטיילט געווארן פאר עניי ארץ ישראל, אריינגערעכנט אלע כלי קודש לערערנס און אברכי הכולל און נאך אנדערע, דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן און איבערגעלאזט ברכת קדשו.
ארום 2:00 האט זיך געהויבן דער פליגער אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד א וועג פון ארום אנדערט-האלבן שעה, און ארום 5:30 האט זיך געהויבן די פליגער פון רבינו שליט"א פון אטענס גריכנלאנד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק. א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה אויפן פליגער, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו
ברוך הבא בשם ה'
ארום 8:50 אויפדערנאכט האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנ''ש וועלכע זענען אריבער שלום נעמען אויך האבן אפגעווארט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אין שפיץ פון די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב אינעם לופטפעלד, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה אויפן גאס.
דער רבי איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש אין קרית יואל ארום 11:00 און איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער אנ''ש בשירה וזמרה און די גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א, מו"ץ. - ב"ר יוסף גאנץ הי"ו. - ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו. - ב"ר שלמה דוב לאנדא הי"ו. - ב"ר יושע מנחם זאב שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.