בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךו' כסלו תשפ"ו11/26/2025

באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מיטוואך דאנערשטאג ויצא - בני ברק - מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א


רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה קטנה און ישיבה גדולה מהרי"ט בבית מדרשינו הגדול.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים און ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק יודא שישא הי"ו (בית שמש).
- ב"ר משה דוד טעלער הי"ו (בני ברק)
בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יוסף היילברוין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, ביים לחיים האט זיך משתתף געווען הגאון הגדול ר' אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א אב"ד שבט הלוי בראכפעלד.
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט''א אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו הק'.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק צום ערשט איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין מסכת בבא קמא און געבעטן די בחורים זיי זאלן עוסק זיין מיטן טרעפן תירוצים, און דערנאך ממשיך געווען בדברי התחזקות בלימוד התורה, תפילה, מידות טובות, מידת האמת, און ארומגערעדט איבערן גזירות הגיוס, ווי דער רבי האט געזאגט אז מיט די גזירה פארשטייט מען שוין די דאפעלטע לשון וואס מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג נאכן ליינען, אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה, בצרה מיינט מען דעם גזירות הגיוס, און בשביה מיינט מען דאס אז די מדינה לאזט נישט ארויספארן די בחורים, וואס ביז היינט האט מען געקענט ארויספארן אבער היינט לאזן זיי נישט, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן מיט די קאר ארום דעם גאנצן שיכון ווי עס זענען געווען אויסגע'שורה'ט די הונדערטער תלמידות פון מוסדותינו הק' בנות ארץ ישראל בית פיגא לראות פני הקודש.

בבית האכסניא איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט אנ"ש תושבי ב"ב נדיבי ופטרוני המוסדות וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' אין בני ברק, עס האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' יואל משה גליק הי"ו און הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט''א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק די חשיבות פון אידן אין בני ברק וועלכע שטרענגן זיך אן יותר מכפי יכלתם לטובת המוסדות דאס איז א שטארקע חיזוק פאר די תומכי המוסדות פון חוץ לארץ און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך זענען די תומכים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון די ישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט די סדר אשמורת הבוקר און דער רבי האט פארטיילט ספרו הק' לב אהרן סוגיות הש"ס מסכת ר"ה - סוכה, און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה אינגעלייט פון קהילת גור וועלכע האבן זיך געשטעלט אויף א פארהער אויף דריי סדרים אין ש"ס, דער רבי האט שארף פארהערט א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 3:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

ארום 4:30 איז דער רבי אריבער אין כולל חלקת יעקב - ברייש, ווי דער רבי האט משמיע געווען א לענגערע טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבא בעבירה פאר די רבני ולומדי הכולל.
דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא הרה"ג ר' מאיר לוריא שליט"א ואתו עמו הרה"ג ר' משה ברייש שליט"א, א זוהן פונעם חלקת יעקב, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם כולל וואס איז פקיע שמיה און נודה לרבים אלס א מקום תורה חשוב מאוד ווי עס זיצן אידן תלמידי חכמים מופלגים גדולים בתורה שליט"א, דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ווערטער אין מדרש 'אין כבוד אלא תורה' אז מכבד זיין מיינט בדברי תורה, בעהט מען דעם באשעפער אז יהיו לרצון אמרי פי. דאן האט דער רבי האט אנגעהויבן דעם לענגערע שיעור אויף די משנה אין מסכת סוכה דף כט: לולב הגזול והיבש פסול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה, און אריין לארכו ולרחבו פון די סוגיא און מצדד געווען אלע שיטות הראשונים, וועלכע האט מיטגעשלעפט אלע לומדים אין א פייער פון שמחת התורה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה א לענגערע צייט, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די ראש הכולל ואתו עמו אלע רבנים און לומדי הכולל און אנגעוואונטשן אז מען זאל קענען לערנען בבריאת השלמות ללמוד וללמד לשמור ולעשות מתוך הרחבת הדעת עד זקנה ושיבה, און די רשעים זאלן נישט קענען שטערן אידישע קינדער לומדי תורה און שומרי מצות ה'.

דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די שװערע גזירה וועלכע שוועבט אויף אידישע קינדער אין ארץ ישראל און געזאגט אז אין חוץ לארץ האט מען געוויסט אז עס איז דא א שווערע גזירה, אבער מען האט דא געהערט אידן פארציילן די עגמת נפש פון די בחורים און עלטערן, וואס מען מאכט אלס מיט פון די פחד, אז מען ווייסט נישט מה יולד יום ה"י, און געענדיגט מיט ברכות לרוב אז דער אויבערשטער זאל מפיר זיין עצת רשעים, און מ'זאל קענען לערנען מיט הרחבת הדת, און בזכות לימוד התורה וועט מען זוכה זיין בביאת גוא"צ בב"א.
ביים ענדיגן האט זיך דער רבי מפלפל געווען אין די סוגיא מיט די ראשי ולומדי הכולל בריתחא דאורייתא פאר א לענגערע צייט, דער רבי האט פארלאזט די כולל ארום 5:45.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מדעעש שליט"א בהיכל בית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

דערנאך ארום 7:00 איז דער רבי אריבער אויף א מסיבת לחיים אינעם נייעם לאקאל פון 'אילאוויטש שטריימלעך' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' שמואל מאיר אילאוויטש הי"ו מגדולי תומכי המוסדות וועלכע האט דערביי מנדב געווען א ריזן סכום לטובת בית מדרשינו הגדול אין בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די היסטאריע פון שטריימלעך דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

ארום 8:00 האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור גומלין באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15, בעל תפילה: הב' שלום ב"ר שלמה פריינד הי"ו. און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען די זמני כניסה פאר ביז ארום 1:30.

נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען א באשיידענע מסיבת לחיים לרגל די שמחה בבית הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א ראש המצילים במרכז עזרה ויעוץ בבית האכסניא, ביים לחיים האט דער רבי ארויסגעברענגט די שוועריגקייט פונעם מצב, ווי ווייט בחורים און עלטערן זענען פארלוירן, און ארום גערעדט איבער די געברויך צו פארברייטערן די אפיסעס און צולייגן ארבייטער צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און העלפן יעדן וואס וויל זיך ראטעווען בפרט אין בני ברק וואס עס איז כמעט נישטא קיין עסקנים, דער רבי האט דערביי אויסגעשמועסט די וואונדער וואס עס איז דא אויף די וואס ווילן ליידער איינגיין אויף א פשרה, זאגנדיג "איך קען זיי נישט פארשטיין!", און דער רבי האט ערווענט אז מען איז אים שוין געקומען מסביר זיין אז ס'איז נישט געפערליך, ס'וועט שלעפן צייט, אבער דער רבי האט געענטפערט אז דער מהלך גייט נישט גוט ארבעטן און עס גייט נאר ערגער מאכן, בפרט מיט מאכן צרות פאר יחידים, און ווער קען מפקיר זיין אזויפיל נפשות מישראל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, און ספעציעל פאר'ן מחותן ר' שמעון שליט"א אז די פעולות גדולות זאלן מצליח זיין און ס'זאל אנקומען גרינג, מיט די הילף פון אנ"ש פון איבער די גארער וועלט וועלכע העלפן ארויס מיט די הוצאות לאלפים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע עסקני המרכז און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 598