בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגז' כסלו תשפ"ו11/27/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק.
- בעל תפילה: ר' משה ארי' שטרוהל הי"ו.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א, מו"ץ.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' אליעזר פאלאטשעק הי"ו.
- גלילה: ר' שלום אליעזר פוקס הי"ו.

נאך שחרית זענען אריין בקו''פ בבית האכסניא א קבוצה לומדי כוללינו כולל עצי חיים וועלכע האבן מסיים געווען שו"ע יו"ד, דער רבי האט משמיע געווען ברכת הקודש פאר די לומדי הכולל און דערביי ממנה געווען צוויי פרישע מורי צדק אין קהלתינו הק' אין בני ברק, ה"ה הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א און הרה"ג ר' דוד כהן שליט"א, דער רבי האט זיי ווארעם אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיהם ולהורות דבר ה' זו הלכה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי משםחת הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה ממייסדי השיכון קרית יואל ומנהל מוסדותינו הק' רבות בשנים, היושבים ע"פ אמם הישישה ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן קורצן וועג צום שטאט לוד ווי עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון 'שמים פתוחים' דער מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן סיום חצי ש''ס דורך חבורות יסודי התורה, פאר אלפי אנ''ש תושבי ארה''ק.
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען כ''ק אדמורי''ם מיערוסלוב וטעמעשוואר שליט''א.

דער רבי איז אנגעקומען צו די מסיבה ארום 10:45, מען האט געזינגען מערערע ניגונים, אלץ יושב ראש האט געדינט הר"ר משה מנחם הערשקאוויטש שליט"א פון ירושלים און עס האט אויפגעטרעטן מיט רגשי געגועין הרה''ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א מנה"ר ישיבה גדולה מהרי"ט בני ברק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב''ק בדברי דרוש ואגדה על פרשת השבוע ובמשנתו פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך ממשיך געווען מיט לענגערע הדרכה אין אלע ענינים, לימוד התורה בקביעות, זיך פירן ווי א חסידישע איד גיין אין מקוה יעדן טאג, דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים בהשקפה אחת מרישא ועד גמירא, מחנך זיין די קינדער לתורה וליראת שמים ומידות טובות, פירן די סעודת שב"ק כראוי מיט זמירות ודברי תורה, אכטונג געבן אויף די צניעות אין שטוב, און שטארק מעורר געווען זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכינים סיי אין ירושלים און בפרט אין בני ברק סיי בנוגע די הארבע ענין פון ביי-האר און אזוי אויך ביי אלע שייטלען צו גיין נאר בצניעות, רעדן אויף אידיש, נזהר זיין אין נישט ערליכע ליין מאטריאל און אין טעכנאלאגיע און אלע טמא'נע כלים, און שטארק ארומגערעדט איבער די טומאת הציוניות און אלע זייערע נאכשלעפער און פארטייען, און ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה''ק ירושלים בני ברק און בית שמש און געזאגט אז עס איז געווען אן עונג רוחני זיך צו טרעפן מיט אנ''ש יראים ושלימים, און עס שטייגט בכמות ובאיכות בתורה עבודה וגמילות חסדים וקשה עלי פרידתכם.
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ביטערע מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות, מען האט געזען די פראבלעמען און צער פון יעדעם איינעם און מען וויינט מיט און מען פילט מיט מיט יעדעמס ווייטאג, און דערמאנט דעם סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס און אויפגעפאדערט יעדעם איינעם זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה מיט מסירות נפש און נאר אזוי וועט מען בייקומען די רשעים און די גזירה פון גיוס בני ישיבות וועט בטל ווערן, און חלילה צו מאכן פשרות און פארהאנדלען אין דעם ענין, און מען דארף זיך האלטן שטארק, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט הר"ר דוד ווייסהויז שליט''א פון בית שמש געמאכט דעם סיום אויף מסכת קידושין וחצי הש"ס, און הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו פון וומסב''ג - מגדולי העסקנים וחבר הנהלת החבורה האט געזאגט קדיש.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכען טאנץ פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד ארום 12:30 אויפן וועג צום לופטפעלד ווי אנ''ש האבן באגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה נישט זיך קענענדיג געזעגענען פון די הייליגע געהויבענע טעג.
אין לופטפעלד האבן זיך געזעגענט פון רבינו שליט"א ראשי קהלתינו ומוסדותינו הק' פון ארה"ק וועלכע האבן זיך באדאנקט מעומק לבבם בשם כל הקהל הקודש אויף די געהויבענע טעג וואס דער רבי האט געפראוועט בקרב קהלותינו הק' אין ארץ הקודש, און עקסטער אויף די הערליכע תמוכות וואס דער רבי האט געברענגט פון אמעריקא וואס איז פארטיילט געווארן פאר עניי ארץ ישראל, אריינגערעכנט אלע כלי קודש לערערנס און אברכי הכולל און נאך אנדערע, דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן און איבערגעלאזט ברכת קדשו.

ארום 2:00 האט זיך געהויבן דער פליגער אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד א וועג פון ארום אנדערט-האלבן שעה, און ארום 5:30 האט זיך געהויבן די פליגער פון רבינו שליט"א פון אטענס גריכנלאנד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.
א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה אויפן פליגער, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו

ברוך הבא בשם ה'

ארום 8:50 אויפדערנאכט האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנ''ש וועלכע זענען אריבער שלום נעמען אויך האבן אפגעווארט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אין שפיץ פון די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב אינעם לופטפעלד, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה אויפן גאס.

דער רבי איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש אין קרית יואל ארום 11:00 און איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער אנ''ש בשירה וזמרה און די גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 598