פרייטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן הי''ו. ב"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
דאנערשטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מנחם שמואל פראנקעל הי''ו. ב"ר הערש בער מייזעלס הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל יב' פסוק ב', ווי דער רבי האט מיט התרגשות ארומגערעדט איבער זיין נסיעה בטירחא דגופא צום קציר חיטים לקראת חג הפסח תשפ"ג אין אריזאנע. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ישיבה ספרינג וועלי, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יעקב הערש פערל הי''ו - הר''ר משה שמואל לאנדא שליט''א (מאנטריאל), באולם כינור דוד. ר' בנציון לעבאוויטש הי''ו (לאנדאן) - ר' חיים בער מענדלאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים'ס אין די תנאים זאלן בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל ברי"ד לאנדא הי''ו - ר' ברוך עקשטיין הי''ו. ר' יואל ברע"מ ווייס הי''ו - ר' אהרן משה שווארץ הי''ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בעריש מויזקאפף הי''ו.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און נאכן דאווענען געזאגט קדיש לרגל די יומדהל"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יעקב בר"ש הכהן פריעדמאן הי''ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי''ו, באולם כינור דוד. ר' מאיר אברהם גראס הי''ו ר' שמואל מאיר הירש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 9:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאווה קודש, פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און נאכן דאווענען געזאגט קדיש לרגל די יומדהל"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים'ס אין די תנאים זאלן בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' דוד שטוהל הי''ו - ר' דוד יצחק קליין. ר' יואל שלמה פארקאש הי''ו (וומסב''ג), ר' זאב שערצער הי''ו .
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךט"ז סיון תשפ"ב6/15/2022
באריכט
ביים לאנדען האבן אפגעווארט אינעם עירפארט עטליכע מיט ארבייטער פונעם בית השחיטה וועלכע האבן צוגעטראגן דעם רבי'ן און די שיירה מיט זייער קאר, א וועג פון א שעה צום בית האכסניא, ביים אנקומען בערך אום 11:45 אויפדערנאכט האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב.
בזאת יבוא אהרן אל הקודש בפר בן בקר
דינסטאג באשמורת הבוקר ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צום בית השחיטה, ווי דער רבי האט זיך ווארים באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי דער רב המכשיר פונעם בית השחיטה ובנו הרב ר' מרדכי וועלכע פארפיגט אויף די גאנצע אפעראציע אינעם בית השחיטה.
דער רבי האט זיך איבערגעטוהן די נוטיגע בגדים און איז תיכף אריין אינעם פלענט צום חלק השחיטה און בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים וואס ער האט שטארק באוואונדערט, דערנאך איז דער רבי געשטאנען א לענגערע צייט און באטראכט דעם גאנצ'ן סדר שחיטה, פון ווען די בהמות גייען אריין אינעם באקס וואס ווערט דערנאך איבערגעדרייט אין ווערט געשאכטן בשחיטה מונחת, און מפליא געווען די מומחיות פון די שוחטים.
נאך א לענגערע צייט שטיין ביי די חלק השחיטה אליינס, איז מען אריבער צום חלק הבדיקות הריאות, דער רבי האט געמאכט בדיקות פנים און איבערגעקוקט עטליכע צענדליגע ריאות א לענגערע צייט פון אריבער א שעה, און אויסגעשמועסט מיט די רבנים און די בודקים אלע פרטים און חומרות וואס מ'האט איינגעפירט מיט גרויס זהירות, און אזוי איז מען דורך אלע סניפים פונעם בית השחיטה, און אויסגעפרעגט אלע משגיחים יעדער אויף זיין תפקיד, ביי אלע חלקים פון די בהמה.
ארום 8:30 איז דער רבי אריבער צום חלק הניקור און באטראכט דעם גאנצן אפאראט א לאנגע צייט, פון דארט איז דער רבי צוריקגעגאנגען צום חלק השחיטה און זיך נאכאמאל אומגעקוקט אויפן גאנצן סדר, דערנאך איז דער רבי אריין פאר געציילטע מינוט בודק זיין די חלפים ביי די שחיטת העופות פונעם בית השחיטה.
נאך א לענגערע צייט פון נאנט צו 5 שעה אינעם בית השחיטה, בערך אום 10:30 אזייגער, איז דער רבי אריבער געגאנגען צו די ארטיגע מקוה און דערנאך געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
תיכף נאך תפילת שחרית איז מען צוריקגעגאנגען צום בית השחיטה ממשיך צו זיין און מיטהאלטן די חלקי המליחה, שרוי' והדחה, ביז צום פעקעדשינג, מיט אלע שיינע חומרות והידורים וואס דער רבי האט דארט איינגעפירט.
בערך אים איינס אזייגער האט זיך דער רבי אפגעזעגנט פון די שובי"ם משגיחים אינעם בית השחיטה און דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום עירפארט. דער רבי איז אנגעקומען אינעם עירפארט אום 2:15, בשעטו''מ האט זיך דער פליגער געהויבן אום 2:30. אויפן וועג האט רבינו שליט''א טועם געווען פת שחרית, און דערנאך דערציילט א לענגערע צייט, זכרונות מימי קדם, בעניני שחיטה און שניידן ווייץ, ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען אין דער אלטע היים און דאהי נאך די קריג, די גאנצע השתלשלות הענינים מיט אלע תיקונים במשך השנים, ביז צו היינטיגן טאג.
נאכמיטאג ארום 5:30 (ניו יארקער צייט) האט געלאנדעט דער פליגער אין טיטער-בארא עירפארט, און רבינו שליט''א איז תיכף ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש קיין וומסב"ג ווי מ'איז אהנגעקומען בערך 6:45. אום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאווה קודש, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 1:15. בערך אים 9:20 האט רבינו שליט"א גערעדט קורצע דב"ק דורך א הוקאפ צום סיום יסודי התורה בקרב אנ"ש אין מאנטרעאל. ארום 12:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דער ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
באריכט מאנטאג - דינסטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, באזוך אין יומע אריזאנע ביי די קצירת החטים לשם מצות מצוה, און אין פאוסטוויל אייאווע ביים בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות
מאנטאג ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים דוד ניישטאדט הי''ו, ביי קריה"ת איז דער רבי געגאנגן הגבה.
ויהי בימי קציר חיטים בערך ארום 10:25 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין קרית יואל, אויפן וועג צום טיטער-בארא עירפארט, און באגלייטונג פון הגאוה''צ רבני קהלתינו וומסב''ג און מאנסי שליט''א און געציילטע משמשים בקודש, אום 11:45 האט זיך אין א מזל'דיגע שעה געהויבן דער פריוואטער פליגער אויפן וועג קיין יומע אריזאנע, אויפן וועג האט רבינו שליט''א עוסק געווען אין די שיעורי הישיבה במס' בבא בתרא, און שפעטער אין שו''ע או''ח בחבורת שונה הלכות. אויך איז געווען אויפן פליגער לענגערע שמועסן אין פארשידענע הלכה'דיגע נושאים בעניני ריבית, און שפעטער אין די ענינים פון קצירת חיטים.
ארום 2:00 מיטאג אין יומע אריזאנע (5:00 נאכמיטאג ניו יארקער צייט) האט געלאנדעט דער פליגער אינעם דערנעבענדיגן עירפארט, נאנט צו די ווייץ פעלדער, און דער רבי מיט די באגלייטער זענען תיכף צוגעפארן מיט א ספעציעלן ספרינטער צום פעלד.
אנקומענדיג אויפ'ן פעלד אינטער א הייס ברענעדיגן זין פון 115 די גראד, האבן שוין אפגעווארט דייני קהלתינו הק' הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, און הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ דינוב קר"י, וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים, אינאיינעם מיט עסקנים ומנהלי בית האופה דקהלתינו הק' וומסב"ג און קרית יואל, אויך האבן זיך אהנגעזעהן דארט דייני ק''ק פאפא בשליחות רבם כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א נכדו הרה''ג ר' יוסף גרינוואלד שליט''א בן הגה''צ דומ''ץ פאפא שליט''א אינאיינעם מיט הרה''ג ר' משה יוסף בן הגאון ר' שמעלקא פריעדמאן שליט''א חבר וועד הכשרות דק''ק פאפא.
צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ספעציעלן וואסערן סיסטעם, ווי עס איז פארשפארט דער מקור דערפון מיט א חותם זינט די ווייץ הייבט אהן צו צייטיגן, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט א לענגערע צייט ביי די שומרים וואס געפינען זיך שוין אויפן פעלד די לעצטערע וואכן, דאן איז רבינו שליט''א אריבער צום קאמביין טראק און זיכער געמאכט אז די אלע פלעצער פון ווי עס קען אראפ טראפן וואסער איז פארמאכט, און איז דערנאך ארויף געקראכן בטירחא דגופא אויפן קאמביין מאשין און מיט גרויס רגש האט דער רבי געזאגט לשם יחוד און לשם מצות מצוה און אנגעצינדן דעם קאמביין אינאיינעם מיט'ן אידישן דרייווער ר' קלמן אליעזר שאלילאף הי''ו פון קרית יואל - וועלכע פירט דורך די גאנצע קצירה ווי רבינו שליט''א האט איינגעפירט דעם הידור אז עס זאל דורכגעפירט ווערן בלויז דורך א איד, דער רבי האט קאנטראלירט דעם מעסער פונעם קאמביין וואס שניידט די ווייץ דער רבי האט געפירט דעם קאמביין אויפן פעלד אינאיינעם מיט'ן דרייווער, און אריבער געפארן דעם פעלד עטליכע מאל אהין און צוריק פאר א לענגערע צייט.
נאכן שניידן איז דער רבי אראפ און איז אריין אינטער א קליינעם שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן פעלד, ווי דער רבי און די שיירה האבן בודק געווען טויזענטער ווייצלעך און מיט התפעלות זיך צוגעקוקט ווי די ווייץ איז זויבער און ריין און עס איז נישט געטראפן געווארן קיין איין ווייצל מצומחות אדער מבוקעות, ריין און הערליך אן קיין שאלות ופקפוקים, דער רבי האט מסביר דעם גאנצן סדר ווי אזוי די ווייץ וואקסט, דער כח המצמיח און ווי עס ווערט נחמץ, דער פראבלעם פון וואסער ווען עס שוין אין צריך לקרקע, און די מעלות והידורים פון די ארטיגע ווייץ.
ברגש קודש האט מען דערנאך געזינגען ניגוני שמחה 'לשמור חקיך ולעשות רצוניך', דער רבי האט זיך באדאנקט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיטן שניט, ווי ס'וועט אי"ה געשניטן ווערן נאנט צו א מיליאון פונט אויף א שטח פון באלד 200 עיקער.
רבינו שליט''א איז צוגעפארן צו א דערנעבענדיגן האטעל זיך אפצורוען פון די גרויסע היצן פאר עטליכע מינוטען, און פון דארט איז מען תיכף צוגעפארן צום עירפארט, און אום 5:20 (ארטיגע זייגער) האט זיך געהויבן דער פליגער א וועג פון צוויי א האלב שעה קיין פאוטסוויל אייאווא צו באזוכן די בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק', אויפן פליגער האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מנחה בציבור, און דאן האט דער רבי ממשיך געווען זיינע שיעורים במס' בבא קמא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר עמרם נתן פעלבערבוים הי''ו. ב"ר יוסף גאלדשטיין הי''ו. ב"ר מנחם מענדל בארמינקא הי''ו. ב"ר ישראל משה פריעד הי''ו. ב"ר משה יוסף ראזענפעלד הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בביהמ''ד דקהלתינו הק' בשכונת בלאמינגראוו צו די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר יחזקאל שווימער הי''ו, דער רבי האט אריינגעפירט די תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו הק' בבלומינגראוו, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אלקנה מנחם פריעד הי''ו (וומסב''ג) - ר' ישראל טובי' ווייסמאן הי''ו, באולם כינור דוד. ר' לוי יצחק געשטעטנער הי''ו - ר' שלום יוסף לעווינגער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' אהרן זילבערשטיין הי''ו - ר' יוסף ישעי' גראס הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה''צ ר' זלמן יודא כהנא שליט"א מספינקא (בית שמש) - הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א מנאנאש (בני ברק). ר' יוסף ברוך שעכטער הי''ו - ר' אברהם מרדכי וועבער הי''ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מאנטאגי"ד סיון תשפ"ב6/13/2022
באריכט
אין די לעצטערע מינוטען איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינאיינעם מיט'ן שיירה, אנגעקומען אויפן פעלד אין יומע אריזאנע, ווי עס האבן אפגעווארט דייני קהלתינו הק' הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, און הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ דינוב קר"י, וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים פארן קומענדיגן יום טוב פסח הבעל''ט אינאיינעם מיט עסקנים ומנהלי בית האופה דקהלתינו הק' וומסב"ג און קרית יואל, ווי מען שניידט דעם ערשטן שניט לשם מצות מצוה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
כי בשמחה תצאו
אין די יעצטיגע מינוטן פארלאזט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום לופטפעלד, פון ווי רבינו שליט''א וועט אפפליען קיין אייאווא באזוכן די שחיטה המהודרת דקהלתינו אין באגלייטונג פון הגה''צ רבני קהילתינו וויליאמסבורג און מאנסי שליט''א און געציילטע משמשים בקודש.
אונטערוועגנס וועט רבינו שליט''א זיך אפשטעלן אין יומא אריזאנע, ווי עס ווארטן אפ דייני קהילתינו הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, און הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ דינוב קר"י, וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים פארן קומענדיגן יום טוב פסח הבעל''ט, ווי דער רבי שליט"א וועט זיין אי"ה ביים ערשטן שניט און פון דארט אי"ה ממשיך זיין די נסיעה צו די שחיטה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
זונטאגי"ג סיון תשפ"ב6/12/2022
באריכט
שב"ק פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן מרדכי יודא ב''ר יעקב הכהן פריעדמאן הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' יואל ברי"א שטיין שליט''א.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ח ר' יוסף ברויער הי''ו (בני ברק).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יוסף ברויער הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "כה תברכו את בני ישראל" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוות לאו ליהנות נתנו.
קה אכסוף: הרה''ג ר' אליעזר יודא מאליק שליט''א רב דביהמ''ד תורת זהב אליק בוומסב''ג, ברכהמ"ז: הרה''צ ר' זלמן יודא כהנא שליט''א מספינקא (בית שמש).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה''ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ט''ז סיון. קה רבון עלם: הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א דומ''ץ בקהלתינו אנטווערפען.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב שלמה ברמ''ה כהנא הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:50.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: ר' דוד פארקאש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' פנחס טייכמאן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
עליות. כהן: החתן ב''ר יעקב הכהן פריעדמאן הי''ו - באווארפן, לוי: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו, שלישי: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ קהלתינו בארא פארק, רביעי: הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א, חמישי: החתן ב''ר יעקב הערש פערל הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' יואל בר''ש רובינשטיין הי''ו. ר' יעקב בר''י קרויס הי''ו.
שביעי: החתן ב''ר יואל וואגשאהל הי''ו, אחרון: החתן ב''ר בעריש פעלדמאן הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), הגבה: הרה''ח ר' יואל ברה''א וואגשאהל הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' משה הערש בראך הי''ו.
מוסף: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שמחה גאטליעב הי''ו. מען האט געענדיגט 12:40.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: הר''ר בנימין הערש מאליק שליט''א אב''ד סאמבור וומסב''ג, הוצאה והכנסה: הר''ר יעקב מרדכי ברש''ב טייטלבוים הי"ו, כהן: הרב ישראל אהרן כ''ץ שליט''א (וומסב''ג), לוי: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ קהלתינו במאנטריאל, שלישי: הרה''ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט''א מו''ץ בשיכון סקווירא, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יעקב הכהן בר''ש פריעדמאן הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ב"פ שליט"א, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויף די פרשה פון ברכת כהנים און געטייטשט אז דורך דעים וואס די אידן פירן זיך במדת החסד איינער מיט צווייטן בגוף בנפש ובממון איז מען זוכה צו די הייליגע ברכות פון יאר ה' פניו אליך באורו של תורה, און אויב זעט מען עס נישט ביי זיך איז יברכך ה' בבנים און מען איז זוכה צו א קינד אדער אייניקל א תלמוד חכם אזוי איז אין יעדע משפחה אין כלל ישראל דא בני תורה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרב ישראל אהרן כ''ץ שליט''א. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 11:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' משה ארי' איצקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר משה שרגא פויגעל הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יונתן בנימין קויפמאן הי''ו, בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אברהם שמואל מאשקאוויטש הי''ו - ר' מרדכי שבתי ווערצבערגער הי''ו, באולם כינור דוד. ר' בעריש פעלדמאן הי''ו ר' משה הערש בראך הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל ווייסמאן הי''ו - ר' יואל דוד שווארטץ הי''ו. ר' יוסף הערש מיללער הי''ו - ר' שלמה מאשקאוויטש הי''ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 בביתו נאווה קודש.