בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט"ז סיון תשפ"ב6/15/2022

באריכט
מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בעריש מויזקאפף הי''ו.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און נאכן דאווענען געזאגט קדיש לרגל די יומדהל"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יעקב בר"ש הכהן פריעדמאן הי''ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' מאיר אברהם גראס הי''ו ר' שמואל מאיר הירש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון ארום 8:00 ביז אום 12:45.

ארום 9:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאווה קודש, פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און נאכן דאווענען געזאגט קדיש לרגל די יומדהל"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים'ס אין די תנאים זאלן בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דוד שטוהל הי''ו - ר' דוד יצחק קליין.
ר' יואל שלמה פארקאש הי''ו (וומסב''ג), ר' זאב שערצער הי''ו .

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 890