בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי' סיון תשפ"ב6/9/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם שמואל מאשקאוויטש הי''ו - ר' מרדכי שבתי ווערצבערגער הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' בעריש פעלדמאן הי''ו ר' משה הערש בראך הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

פארנאכטס ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:20 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ווייסמאן הי''ו - ר' יואל דוד שווארטץ הי''ו.
ר' יוסף הערש מיללער הי''ו - ר' שלמה מאשקאוויטש הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 בביתו נאווה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 999