בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט"ז סיון תשפ"ב6/15/2022

באריכט
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר עמרם נתן פעלבערבוים הי''ו.
ב"ר יוסף גאלדשטיין הי''ו.
ב"ר מנחם מענדל בארמינקא הי''ו.
ב"ר ישראל משה פריעד הי''ו.
ב"ר משה יוסף ראזענפעלד הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בביהמ''ד דקהלתינו הק' בשכונת בלאמינגראוו צו די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר יחזקאל שווימער הי''ו, דער רבי האט אריינגעפירט די תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו הק' בבלומינגראוו, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אלקנה מנחם פריעד הי''ו (וומסב''ג) - ר' ישראל טובי' ווייסמאן הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' לוי יצחק געשטעטנער הי''ו - ר' שלום יוסף לעווינגער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אהרן זילבערשטיין הי''ו - ר' יוסף ישעי' גראס הי''ו, באולם קרן ויואל משה.

ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה''צ ר' זלמן יודא כהנא שליט"א מספינקא (בית שמש) - הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א מנאנאש (בני ברק).
ר' יוסף ברוך שעכטער הי''ו - ר' אברהם מרדכי וועבער הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️