מאנטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אבד"ק דברי שמחה ציעשנוב, קר"י.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק ב', און גערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים לימי הפורים הבעל"ט בזהירות קיום מצוות היום ובפרט איבער ליינען די מגילה במתינות. דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די גבאים ועסקנים פון קופת רבינו - אבני חסד לרגל די ימי הפורים הבעל"ט, דער רבי האט געגעבן א המלצה בריוו און פארטיילט מטבעות קודש.
אויך זענען אריין א קבוצה בחורים תלמידי הישיבה וועלכע האבן צוזאמען צוזאמגעשטעלט דעם סכום פון 5,000 דאלאר להצלת יהדות אוקריינא, און האבן איבערגעגעבן דאס געלט פארן רבי'ן און מקבל געווען ברכות קדשו.
נאכמיטאג אום 6:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו, באולם כינור דוד. ר' משה גאלדבערגער הי"ו - ר' אברהם יודא שווארץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:15. רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל ראטה הי"ו - ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי"ו. ר' פנחס משה קליין הי''ו - ר' חיים מאיר גרינפעלד הי''ו.
ארום 10:00 איז פארגעקומען די זעלטענע מעמד התמנות פאר 12 נייע מורי הוראה בבית הוראה דק''ק קרית יואל, ווי שוין באזונדער באריכטעט.
ארום 12:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תשית לראשם עטרת פז
ווי שוין געמאלדן איז היינט אויפדערנאכט פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א א זעלטענע מעמד התמנות פאר 'צוועלף פרישע מורי צדק' בבית הוראה בקרית יואל לדון ולהורות פאר תושבי עיר קרית יואל והגלילות, וואס דערמיט ווערט פארדאפלט דער כח ההוראה אין קר''י אינטער די הדרכה פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, צו פיר און צוואנציג מו''צ שליט"א.
די חשובע 12 מורי הוראה שליט"א זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש ווי ס'איז פארגעקומען א פריוואטע מסיבה אין שפיץ פון הגאון האדיר הדומ''ץ שליט''א, ווי רבינו שליט''א האט געזאגט דברות קודש און געגעבן הדרכה, און דערנאך געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר יעדן פון די מורי צדק עקסטער לכבוד דעם נייעם התמנות.
דערנאך איז פארגעקומען די פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד התמנות מורי צדק אינעם תנאים זאל שע''י ביתו נאוה קודש, בהשתתפות רבני דייני והנהלת קהלתינו הק' און די עלטערן און זיידעס פון די מורי הוראה, ובראשם כ''ק מרן רבינו שליט''א ולידו הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א.
דער יו''ר הרה''ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט''א יו''ר בית הוראה ומראשי כוללינו בקר''י, האט געעפענט דעם מעמד בדברי פתיחה, מיטן דבר הקהילה האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו ראה''ק דקהלתינו הק', ובתו''ד געמאלדן איבער די הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף פסח הבעל''ט וועט זיך עפענען א פרישע לאקאל פאר נאך א בית הוראה שע''י קהלתינו הק' וואס וועט זיך געפינען אינעם ביזנעס סענטער אינעם ברך משה געגענט בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי''ו מנהל מוסדותינו הק'.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר ההוראה הגאון האדיר הדומ''ץ שליט''א, און דערנאך הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א וועלכע האבן פערזענדליך באגלייט און פארהערט די דיינים שליט''א.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר די נייע דיינים און זייערע עלטערן און האט משמיע געווען דברות קודש ארומרעדענדיג איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון שטאט קרית יואל בפרט מיטן עפענונג פונעם נייעם שכונת ויואל משה, דארף מען אויך אויסברייטערן און פארמערן דעם כח הרוחני פון די שטאט, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון שטאט קרית יואל ובשבח פון די מורה הוראה שליט''א און מסיים געווען מיט א ברכת הקודש.
להרחיב גבולי הקדושה, להגדיל תורה ולהאדירה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"א אדר ב' תשפ"ב3/14/2022
באריכט
תשית לראשם עטרת פז
אין די יעצטיגע מינוטן קומט פאר בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א א זעלטענע מעמד התמנות פאר 'צוועלף פרישע מורי צדק' בבית הוראה בקרית יואל לדון ולהורות פאר תושבי עיר קרית יואל והגלילות, וואס דערמיט ווערט פארדאפלט דער כח ההוראה אין קר''י אינטער די הדרכה פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, צו פיר און צוואנציג מו''צ שליט"א.
די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א דקהלתינו הק', הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב, הרה''ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט''א, הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א, הרה''ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט''א הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט''א, הרה''ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט''א, הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א, הרה''ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט''א, הרה''ג ר' שלמה צבי עקשטיין שליט''א, הרה''ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט''א.
להורות את דבר ה' זו הלכה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די פאלגענדע ברית'ן. לבן הנולד לר' יואל ישראל מאיר אקער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד לר' נפתלי יודא פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד לר' משה יודא שפיצער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי''ו. ב''ר יואל גאלדשטיין הי''ו. ב''ר ישכר מרדכי ליכטמאן הי''ו. ב''ר חיים אלעזר טעללער הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו אויף א פריוואטן פארנעם דורך כ"ק רבינו שליט"א מיוחד פאר די ראה''כ ועסקנים פון 'איגוד יושבי האוהל, וחבורת תורתם אמנתם' שע''י כוללי אברכים דקהלתינו פון איבער גרעיטער ניו יארק, וואס איז געגרינדעט געווארן במשך דעם געהויבענעם 'שבת עמלי התורה' פארגאנגענעם שבת תולדות תשפ''א העעל''ט.
רבינו שליט''א געדאווענט מנחה און דערנאך אריינגעקומען צו די סעודת שבע ברכות באולם שע''י ביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה. עס האט אויפגעטרעטן בדברי פתיחה הרה''ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט''א מראשי הכוללים בקר''י וועלכע האט ארויסגעברענגט די פעולות וואס ווערן געטוען דורך די עסקנים להרמת קרן התורה.
נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה און שטארקע דברי התחזקות איבער די זכיה וואס די עסקנים האבן מרומם צו זיין דעם קרן התורה. במשך די סעודה האט מען געהאט די זכיה אז די ראשי החבורות האבן געפרעגט שאלות פון רבינו שליט''א אין אסאך ענינים וואס זענען נוגע להגדיל תורה ולהאדירה אויף וואס דער רבי האט משיב געווען און אויסגעשמועסט באריכות בטוב טעם ודעת.
נאך די סעודה האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש בדרך דרוש בעניני נשואין, און ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער'ן חשיבות פון זיין א מזכה את הרבים, און די פעולות וואס ווערן געטוהן דורך די עסקנים פאר די אריבער 2000 לומדי הכוללים האט א השפעה פאר די גאנצע קהילה, און מסיים געווען בברכות לרוב. און דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב''ן הגה''צ ר' דוד דוב שליט''א רב דביהמ''ד אוהל פיגא, ברכות ראשונות: חדב''ן הגה''צ ר' ברוך שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך. מען האט געענדיגט ארום 8:00.
ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען בבית מדרשינו הגדול ווי עס איז געווען ספעציעלע זמני כניסה פאר די וואס האבן זיך משתתף געווען מיט סכומים אדירים לכה''פ 1,800 להצלת יהדות אוקריינא, וואס האט זיך פארצויגן ביז 9:45. עס זענען אריין צענדליגער אנ''ש זקנים עם נערים בעלי בתים ואברכי הכולל, וועלכע האבן פרעזענליך איבערגעגעבן ליד קדשו פאר רבינו שליט''א די געלט און מקבל געווען ברכות קדשו. אויך זענען אריין עטליכע קבוצות פון בחורים תלמידי ישיבתינו הקדושה וועלכע האבן צוזאמען צוזאמגעשטעלט דעם סכום פון 1,800 און האבן איבערגעגעבן דאס געלט פארן רבי'ן און מקבל געווען ברכות קדשו. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה בביתו נאוה קודש ביז ארום 12:15.
במשך די זמני כניסה זענען אריין נאך פולע צענדליגער אנ''ש וואס האבן איבערגעגעבן ליד קדשו סכומים אדירים להצלת יהדות אוקריינא. רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב אום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי' אדר ב' תשפ"ב3/13/2022
באריכט
מוצש''ק - שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בקול רנה ותודה לכבוד פורים, בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג
ארום 11:00 איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און ארויס אין א ריקוד פאר עטליכע מינוט אויפ'ן פלאץ. דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן, און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה.
נאך די פיש האט רבינו שליט''א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחה והתרוממות בתופים ובמחולות לכבוד פורים הבעל''ט.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש מיט הערליכע רמזים בעניני נשואין ובסגולת מצות מתנות לאביונים, און מסיים געווען אז עס קומט דער יו''ט פורים, יענך ה' ביום צרה אידישע קינדער דארפן אסאך ישיעות און אסאך ענינים, כל הפושט יד נותנים לו, דער בוכ"ע וועט מקיים זיין דעם ומשלוח מנות איש לרעהו, אידישע קינדער זאלן געהאלפן ווערן בכל משאלות לבם לטובה, און צוגענדיגט מיט ווארימע ברכות הקודש.
נאך די דב''ק האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד פאר לענגערע מינוטען.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרב אברהם יוסף מארקאוויטש הי''ו און הרב הערשל פרידמאן הי''ו וועלכע האבן משמח געווען לכבוד היום.
מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, ברכות ראשונות: הגה''צ אבד''ק שליט''א, ברכה אחריתא: דער אבי החתן הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ''ד אהל תורה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת ויקרא - שבת זכור - שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוומסב"ג.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל בן הגה''צ רב דביהמ''ד עצי חיים שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' שלמה פריעדמאן שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפ'ן אלף זעירא פון ויקרא און עס געטייטשט בדרך דרוש עטליכע מהלכים אין די סוגיא פון מצות צריכות כוונה.
קה אכסוף: הרב ר' יואל רובין שליט"א, ברכהמ"ז: הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, ברכה אחריתא: חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
קה רבון עלם: הרב ר' פייוויל זינגער שליט"א. די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו, און ביי ב"ר מנחם פארגעס הי"ו.
דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופען רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה באש קודש און געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן די זיידעס הגה"צ אבדק"ק בית אהרן שליט"א, הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, דער אבי החתן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א און דער אבי הכלה הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
אז ביום השביעי: הגה"צ רבי הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דבית מדרשינו תפלה למשה ב"פ. און דער רבי האט געטאנצן אין א ריקוד אינמיטען ביהמ"ד מען האט געענדיגט ארום 1:30.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:25. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק טייטלבוים שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און פארגעזאגט די יוצרות לשבת זכור, מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרב לייבוש טייטלבוים שליט''א און הרב יוחנן האלבערשטאם שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רבי הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דבית מדרשינו תפלה למשה ב"פ.
עליות: כהן: הרה''ח ר' אלימלך דייטש הי''ו, לוי: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, שלישי: הגה"צ אבד"ק שליט"א, רביעי: החתן ב"ר אברהם סופר הי"ו - באווארפן, חמישי: החתן ב"ר אברהם לייב פעלבערבוים הי"ו -באווארפן, שישי: הגה"צ אבדק"ק בית אהרן שליט"א, שביעי: החתן נכד רבינו שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א, הוספות: אבי החתן הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א, אבי הכלה הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, אחרון: הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א, הגבה די ערשטע ספר: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), גלילה: הרה''ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו (קר"י). מפטיר - קריאה פון זכור: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געליינט.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' מנחם פארגעס הי''ו. ר' יעקב יושע מענדלאוויטש הי''ו. ר' יואל ברנ"ה פריעדמאן הי''ו.
הגבה די צווייטע ספר: הרה''ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' מיכל פעלבערבוים הי''ו.
מוסף: הגה''צ אב''ד בית אהרן שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרב יעקב ישראל רובין שליט''א.
מען האט געענדיגט 12:40. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:30. מנחה: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרב יואל רובין שליט''א, כהן: הרה''ח ר' הערשל כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' אלי' משה ראטה הי''ו, שלישי: הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו (ב"פ).
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק אין די קריאה פון זכור און געטייטשט אז עמלק האט געוואלט אריינברענגען בײ אידישע קינדער הירהורים רעים אז מען זאל נכשל ווערן בעניני קדושה, דורך שמירת שבת ברענגט אריין א קדושה אינעם מענטש מען זאל זיך קענען פירן בקדושה ובטהרה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב"פ). שושנת יעקב: הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו. דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה, דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
פרייטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד עצי חיים סיגוט, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הרה"ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' אברהם אבערלענדער שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אהרן יודא שווארץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן בעל ברית ומשפחתו און פארן בר מצוה בחור, פאר די מגידי שיעור און פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים בענין לימוד התורה באשמורת הבוקר פארן דאווענען.
פארמיטאג האט רבינו שליט"א אפגעהאלטן א טעלעפאנישע קאנפרענס מיט די רבני וועד להצלת יהדות אוקריינא, און אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פעולות להצלת אחב"י, אזוי אויך האט דער רבי אפגעשיקט א ריזן סומע געלט וואס אחד מאנ"ש האט איבערגעגעבן די געלט בקודש פנימה פארן גרויסארטיגן קאמפיין, אנגעבענדיג אז ער האט אפגעשפארט דאס געלט צו קויפן פארשידענע טייערע חפצים אבער ער וויל עס ענדרש געבן פאר הצלת אחב"י.
אויך איז באשטימט געווארן אז דעם קומענדיגן זונטאג פ' צו, וועט זיין ספעציעלע זמני כניסה בקודש פנימה פאר די אלע וועלכע ווילן האבן די זכיה איבערצוגעבן ליד קדשו פאר רבינו שליט"א פון 1,800 דאלאר און העכער להצלת יהדות אוקריינא, פון 8:00 ביז 9:00 פארנאכט'ס, בחדרו הפרטי בביהמ''ד הגדול.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר חיים משה ביטמאן הי"ו. ב"ר מאיר דוד גאלדבערגער הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חנני' גאלדבערגער הי"ו - ר' ישראל ארי' האלענדער הי"ו, באולם כינור דוד.
נאך די חופה אום 8:00 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
אים 9:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען קיין וומסב"ג, און איז אריבער אויף א באזוך אינעם בית האופה דקהלתינו הק', אין באגלייטונג פון הגה"צ אבד"ק שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די איינריכטונגען און הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן, דערביי האט דער מנהל ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו געוויזן די פלענער פונעם נייעם בנין וואס מ'האט געקויפט און וועט אי"ה געבויעט ווערן ברחבת ידים. דערנאך האט דער רבי באזוכט אינעם אפטיילונג פון די רחיים של יד און זיך אומגעקוקט אויפן סדר הטחינה.
אויפן וועג ארויס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס מיט הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק', ער האט איבערגעגעבן א באריכט פון די אסיפה אין אלבעני מיט די בארד אף רידזענט'ס, און איבער די פעולות אויפן פראנט למען הצלת יהדות אוקריינע.
ארום 10:30 איז רבינו שליטא אריינגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט, צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט געווארן דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון הגה"צ סיגוטער רב שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד פריעדמאן הי"ו ממתפללי הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות אין פיש און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן ומחותנים און פאר אלע מתפללים. הגה"צ סיגוטער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן בדברי תורה און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און נאך די דברי תורה האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד, און דערציילט זכרונות מימ קדם אין דעם ביהמ"ד.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הר"ר ישעי' סאקס הי"ו, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים. מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה, ברכות ראשונות: דער זיידע הגה"צ אבדק"ק בית אהרן שליט"א, ברכה אחריתא: דער זיידע הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגז' אדר ב' תשפ"ב3/10/2022
באריכט
מיטוואך פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא, מתלמידי הישיבה, בחדרו הפרטי, און אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: הר''ר דוד בר''מ עקשטיין שליט''א - הר''ר יואל גרובער שליט''א, באולם כינור דוד. ר' לוי אהרן עסטרייכער הי''ו - ר' יואל ברי''צ גליק הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 10:40 און דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צו די 'אולמי עטרת' זאלן אויף די קאזניץ גאס מפאר צו זיין בראש שמחת הבר מצוה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע''א הבחור בן הגה''צ ר' שלמה רובין שליט''א אב''ד ציעשנוב קר''י, עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה הגה''צ ר' שלמה שליט''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מנהג פון זאגן א דרשה ז' אדר, ומנהגי רבותינו הק' לבית סיגוט צאנז.
ארום 11:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךו' אדר ב' תשפ"ב3/9/2022
באריכט
דינסטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליעזר געלב הי''ו, ווי רבינו שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין הת''ת בנין מארקאוויטש אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר''ר שלמה נח היילברוין שליט''א. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר משה ווייס הי''ו. ותאומים בני ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, צום ערשט האט רבינו שליט''א פארהערט די קינדער אויף לימודים, יעדע כתה באזונדער, דערנאך האבן די קינדער פארגעזונגען חרוזים לכבוד המאורע און געזונגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים און געהייסן די מלמדים פארטיילן שריים פאר די קינדער, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די קינדער, בפרט איבער מדות טובות בין אדם לחבירו ובין אדם למקום.
נאכן לחיים איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אינעם עס זאל פון תלמידי כתות א' ב' סניף הר''ר דוד חנני' ווייס שליט''א, די קינדערלעך האבן געזונגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דב''ק וברכה, און געהייסן די מלמדים פארטיילן שריים פאר די קינדערלעך.
נאכמיטאג אום 5:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דערנאך אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג איז געווען א ענגע אסיפה בביתו נאוה קודש בנוגע אחב"י פליטי אוקריינא, דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צו די חופה פון די מחותנים הרה''ח ר' שמעון עוזר ווייס הי''ו - הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו מנהל ופטרון חבורת תורתך שעשועי, באולם כתר ריזל, ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די שבע ברכות לכבודו פון הרה''ח מוה''ר אליעזר לעוו הי''ו מנכבדי קהלתינו בלאנדאן, וואס איז פארגעקומען בבית הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, אויך האט זיך משתתף געווען דער אורח נכבד הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בענינים העומדים על הפרק, דער מצב פון אחב"י אין אוקריינא אמאל און היינט, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די טינקעלע היסטאריע פון רוסלאנד און אוקריינע כלפי כלל ישראל, דער רבי האט געוויזן פון אינעווייניג אין ספר עצי חיים, די תורה וואס דער עצי חיים זי''ע האט געזאגט יענעם שבת פ' ואתחנן, נאך וואס ס'האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט'ס קריג. דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה''ח ר' אליעזר הי''ו פארן חתן מחותנים און דעם גאנצן ציבור, מיט ברכהמ''ז איז נתכבד געווארן הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. ארום 11:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.