בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי' אדר ב' תשפ"ב3/13/2022

באריכט
מוצש''ק - שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בקול רנה ותודה לכבוד פורים, בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג

ארום 11:00 איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און ארויס אין א ריקוד פאר עטליכע מינוט אויפ'ן פלאץ. דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן, און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה.

נאך די פיש האט רבינו שליט''א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחה והתרוממות בתופים ובמחולות לכבוד פורים הבעל''ט.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש מיט הערליכע רמזים בעניני נשואין ובסגולת מצות מתנות לאביונים, און מסיים געווען אז עס קומט דער יו''ט פורים, יענך ה' ביום צרה אידישע קינדער דארפן אסאך ישיעות און אסאך ענינים, כל הפושט יד נותנים לו, דער בוכ"ע וועט מקיים זיין דעם ומשלוח מנות איש לרעהו, אידישע קינדער זאלן געהאלפן ווערן בכל משאלות לבם לטובה, און צוגענדיגט מיט ווארימע ברכות הקודש.

נאך די דב''ק האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד פאר לענגערע מינוטען.

דערנאך האבן אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרב אברהם יוסף מארקאוויטש הי''ו און הרב הערשל פרידמאן הי''ו וועלכע האבן משמח געווען לכבוד היום.

מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, ברכות ראשונות: הגה''צ אבד''ק שליט''א, ברכה אחריתא: דער אבי החתן הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ''ד אהל תורה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 854