בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ב אדר ב' תשפ"ב3/15/2022

באריכט
תשית לראשם עטרת פז

ווי שוין געמאלדן איז היינט אויפדערנאכט פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א א זעלטענע מעמד התמנות פאר 'צוועלף פרישע מורי צדק' בבית הוראה בקרית יואל לדון ולהורות פאר תושבי עיר קרית יואל והגלילות, וואס דערמיט ווערט פארדאפלט דער כח ההוראה אין קר''י אינטער די הדרכה פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, צו פיר און צוואנציג מו''צ שליט"א.

די חשובע 12 מורי הוראה שליט"א זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש ווי ס'איז פארגעקומען א פריוואטע מסיבה אין שפיץ פון הגאון האדיר הדומ''ץ שליט''א, ווי רבינו שליט''א האט געזאגט דברות קודש און געגעבן הדרכה, און דערנאך געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר יעדן פון די מורי צדק עקסטער לכבוד דעם נייעם התמנות.

דערנאך איז פארגעקומען די פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד התמנות מורי צדק אינעם תנאים זאל שע''י ביתו נאוה קודש, בהשתתפות רבני דייני והנהלת קהלתינו הק' און די עלטערן און זיידעס פון די מורי הוראה, ובראשם כ''ק מרן רבינו שליט''א ולידו הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א.

דער יו''ר הרה''ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט''א יו''ר בית הוראה ומראשי כוללינו בקר''י, האט געעפענט דעם מעמד בדברי פתיחה, מיטן דבר הקהילה האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו ראה''ק דקהלתינו הק', ובתו''ד געמאלדן איבער די הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף פסח הבעל''ט וועט זיך עפענען א פרישע לאקאל פאר נאך א בית הוראה שע''י קהלתינו הק' וואס וועט זיך געפינען אינעם ביזנעס סענטער אינעם ברך משה געגענט בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי''ו מנהל מוסדותינו הק'.

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר ההוראה הגאון האדיר הדומ''ץ שליט''א, און דערנאך הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א וועלכע האבן פערזענדליך באגלייט און פארהערט די דיינים שליט''א.

מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר די נייע דיינים און זייערע עלטערן און האט משמיע געווען דברות קודש ארומרעדענדיג איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון שטאט קרית יואל בפרט מיטן עפענונג פונעם נייעם שכונת ויואל משה, דארף מען אויך אויסברייטערן און פארמערן דעם כח הרוחני פון די שטאט, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון שטאט קרית יואל ובשבח פון די מורה הוראה שליט''א און מסיים געווען מיט א ברכת הקודש.

להרחיב גבולי הקדושה, להגדיל תורה ולהאדירה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 887