בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגח' אדר ב' תשפ"ב3/11/2022

באריכט
פרייטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד עצי חיים סיגוט, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הרה"ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' אברהם אבערלענדער שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אהרן יודא שווארץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן בעל ברית ומשפחתו און פארן בר מצוה בחור, פאר די מגידי שיעור און פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים בענין לימוד התורה באשמורת הבוקר פארן דאווענען.

פארמיטאג האט רבינו שליט"א אפגעהאלטן א טעלעפאנישע קאנפרענס מיט די רבני וועד להצלת יהדות אוקריינא, און אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פעולות להצלת אחב"י, אזוי אויך האט דער רבי אפגעשיקט א ריזן סומע געלט וואס אחד מאנ"ש האט איבערגעגעבן די געלט בקודש פנימה פארן גרויסארטיגן קאמפיין, אנגעבענדיג אז ער האט אפגעשפארט דאס געלט צו קויפן פארשידענע טייערע חפצים אבער ער וויל עס ענדרש געבן פאר הצלת אחב"י.

אויך איז באשטימט געווארן אז דעם קומענדיגן זונטאג פ' צו, וועט זיין ספעציעלע זמני כניסה בקודש פנימה פאר די אלע וועלכע ווילן האבן די זכיה איבערצוגעבן ליד קדשו פאר רבינו שליט"א פון 1,800 דאלאר און העכער להצלת יהדות אוקריינא, פון 8:00 ביז 9:00 פארנאכט'ס, בחדרו הפרטי בביהמ''ד הגדול.


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️