היינט נאכט קומט פאר די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, החתן בן הגה"צ ר' יעקב יוסף מאיער שליט"א ראש ישיבת בית בנימין סטעמפארד, קאנעקטיקוט. מיט הכלה בת הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט''א מו"ץ קיט"ל ב"פ, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א (לרפו"ש). די שמחת החתונה קומט פאר אין עטרת גאלדא אין בארא פארק.
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה אריינפארן מפאר זיין בראש השמחה, תיכף נאכן פארענדיגן דער 'פורים קטן טיש' בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
נאכמיטאג אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. שפעטער פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: ר' משה ארי' גוטמאן הי"ו - ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' רפאל יושע פאלאק הי''ו - ר' משה אקערמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:45. דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ב אדר א' תשפ"ב2/13/2022
באריכט
אימפאזאנטע מסיבת שבע ברכות דורך הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר יעקב זוסמאן סופר הי"ו מראשי הנהלת המתיבתא הק', לרגל נישואי בתו הכלה שתחי' - פארגעקומען ברוב פאר והדר דעם מוצאי שב"ק העעל"ט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס אין קרית יואל - מיט די ווארימע באטייליגונג פון די נאנט צו 200 מרביצי תורה, משגיחים וכלי קודש פון אלע סניפי המתיבתא הקדושה אין קרית יואל, דינט אלץ 'מסיבת הוקרה והכרת הטוב' און קוואל פון חיזוק פאר די געטרייע עוסקים במלאכת הקודש בהיכלא דמלכא קדישא.
עס האבן אויפגעטרעטן מיט פאסענדע דרשות לכבוד השמחה ולכבוד העם הנאספים, הרה"ג ר' פנחס כף שליט"א, הרה"ג ר' משולם נתן שפיגל שליט"א, הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א, און מיט קורצע טרעפליכע ווערטער דער בעל שמחה מוה"ר יעקב זוסמאן סופר הי"ו. א גאר ווערטפולע אייגענארטיגע מתנה איז פארטיילט געווען לכבוד די געהויבענע חברי' קדישא אלס 'אות הכרת הטוב'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריבער געגאנגן אין שטוב פון הרה''ח ר' וואלף גליק הי''ו יו''ר וועד להוצאות ספרי רבינו, לרגל שמחת נשואי נכדו למז''ט, ווי דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר'ן חתן, מחותנים און די זיידע'ס.
פון דארט איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין בארא פארק צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן ני"ו בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ''ד בריזדאוויץ אין בארא פארק.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען. עס האט אויפגעטרעטן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, מען האט געזונגען נגוני שמחה, און רבינו שליט''א האט מסדר געווען די תנאים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה און דערנאך געליינט די תנאים.
נאכ'ן ברעכן טעלער איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב, און דערנאך האט דער רבי געטרונקען לחיים און מאציל געווען מברכותיו פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און דערנאך מכבד געווען דעם חתן צו זאגן דעם פשעטיל און געוויזן מ'זאל אריינזינגען כנהוג. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט אלע מחותנים.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אהנגעוואונטשן פאר די כלה און בערך אים 12:15 איז רבינו שליט"א צוריק געפארן קיין קרית יואל למעון קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי''ו.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' יצחק יודא היימאן הי''ו (וומסב''ג).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר שלום מאיר עקשטיין שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי''ו (מאנטשעסטער).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואתה תצוה את בני ישראל" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורות.
קה אכסוף: הרה''ח ר' יעקב יושע סאנדער הי''ו (וומסב''ג), ברכהמ"ז: הגה''צ ר' יואל שליט''א בן מרן רבינו שליט''א ורב דביהמ''ד בית ברוך.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק ר' שמעון סופר זצוק''ל, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י''ז אדר. קה רבון עלם: הרה''ג ר' חיים מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יצחק משה פרענקל הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:20.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' וואלף גאלדענבערג הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יוסף אשר געלב הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי''ו, לוי: החתן ב''ר שמואל דוד וויינבערגער הי''ו - באווארפן, שלישי: החתן ב''ר חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר יואל בר''ש רובינשטיין הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר משה ארי' גוטמאן הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' יואל בר''ש פריעדמאן הי''ו. ר' יואל בר''ש עקשטיין הי''ו. ר' ארי' כ''ץ הי''ו.
שביעי: הרב הגאון רבי חיים קלמן גוטמאן שליט''א (וומסב''ג), הוספות: החתן ב''ר יוסף גאנץ הי''ו, החתן ב''ר יואל ברח''א טייטלבוים הי''ו, החתן בן הרה''ג ר' יואל שווארץ שליט''א, החתן ב''ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי''ו, אחרון: החתן ב''ר יואל ברמ''מ גאטליב הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' משה ארי' גוטמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל בר''ש רובינשטיין הי''ו.
מוסף: הרב הגאון רבי יואל שווארץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין דקהילתינו הק' שכונת קעסקעיד וומסב"ג, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' הלל דוב כ''ץ הי''ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:00. מנחה: הרה''ח ר' ישראל איצקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר''ש פריעדמאן הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יעקב אליעזר כהנא הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' מיכל פריעדמאן הי''ו (מאנטשסטער) שלישי: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' אליעזר געלב הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ואתה תצוה את בני ישראל'' און געטייטשט אז יעדע מצוה וואס א איד טיט אפילו ע''מ לקבל פרס לאזט איבער א רשימה דקדושה אויפן מענטש אזוי ווי די ביהמ''ק וואס איז חרוב געווארן האט איבער געלאזט א רשימה דקדושה אויף די גאנצע וועלט אלס הכנה פאר די ביהמ''ק השלישי. דאס דארף זיין א שטארקע חיזוק אפילו א איד וואס איז טרוד א גאנצן טאג על המחיה ועל הכלכלה און איז זיך קובע א שעה אין טאג עוסק צו זיין בתורה, לאזט עס איבער א רשימה דקדושה פאר א גאנצן טאג.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יעקב שווארץ הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' מרדכי הערשקאוויטש הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
היינט מוצש''ק קומט פאר די שמחת התנאים פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הבה"ח הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. עב"ג הכלה ב''ק תחי' בת הרה"ג רבי יהושע רובין שליט"א אבדק"ק ראדאוויץ ור"מ בישיבתינו הק' נזר התורה דסאטמאר וומסב"ג. בן הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.
די שמחת התנאים קומט פאר אין ביהמ''ד בריזדאוויץ אין בארא פארק בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
פרייטאגי' אדר א' תשפ"ב2/11/2022
באריכט
פרייטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן לבן הנולד לר' מרדכי יוסף בראדער הי''ו, לבן הנולד לר' יואל בר''י פארקאש הי''ו, און לבן הנולד לר' מאיר בוכינגער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי די עסקנים מתלמידי הישיבה וועלכע העלפן ארויס מדי שבת בשבתו ביים ערשה''ט פון רבינו שליט''א מיט די תלמידי המתיבתא, רבינו שליט''א האט משמיע געווען קורצע דב''ק וברכה פאר די עסקנים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל מנחם מארקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל. און דער ברית לבן הנולד לר' אברהם אקער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק א'.
נאכמיטאג ארום 4:00 איז רבינו שליט''א אריבערגעגאנגן צום ביהמ''ד הגדול, ווי עס איז פארגעקומען דער יערליכער 'יום האיחוד' בימי השובבי''ם דורך אלע תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה ט', און נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד, ווי מען האט געזונגען עטליכע ווארימע נגונים מיט גרויס התעוררות און עטליכע בחורים האבן פארגעזונגען ספעציעלע חרוזים לכבוד די מעמד.
דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת פון די טויזענטער שעות רצופות וואס זענען געלערנט געווארן דורך די תלמידים במשך די ימי השובבי''ם. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש און לענגערע דברי הדרכה, עקסטער האט דער רבי ארויסגעברענגט זיין קורת רוח פון די מתנה חשובה פון די שעות רצופות וואס די הונדערטער בחורים האבן געברענגט, און די גוטע גריסן וואס ער האט באקומען איבער דעם אויפשטיין ליל שישי אין די פארטאגס שעה'ן במשך די ימי השובבי''ם, און מסיים געווען מיט שטארקע דברי ברכה פאר די מרביצי תורה און פאר אלע תלמידים. נאך די דב''ק איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געבענטשט מטבעות און פארטיילט פאר די אלע בחורים וואס האבן געלערנט די שעות רצופות בימי השובבי''ם, עקסטער האט דער רבי געבענטשט מטבעות פאר תלמידי כתה ט' במוסדותינו הק' בארה''ק וואס האבן געלערנט די שעות רצופות, און דאס וועט פארטיילט ווערן דארט די קומענדיגע וואך בעז"ה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברח''א טייטלבוים הי"ו - ר' מענדל פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד. און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף גאנץ הי''ו - ר' אהרן משה גאלדענבערג הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
מיטוואך פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אלכסנדר יושע עקשטיין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל, און דער ברית לבן הנולד לר' שמואל הערשקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברמ''מ גאטליב הי"ו - ר' יואל בר''ש פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד. אזוי אויך ביי די חופה פון די מחותנים ר' אלעזר אלימלך פארגעס הי''ו (וומסב''ג) - ר' משה מרדכי גרינפעלד הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות איז רבינו שליט''א אנגעקומען בביהמ''ד מהרש''א דקהלתינו הק' בקר''י אין שכונת המספיק, ווי דער רבי האט באשיינט די שמחת השבע ברכות פון הכלה בת הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ הביהמ''ד וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די מתפללי הביהמ''ד, דער רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור און דערנאך משמיע געווען קורצע דברות קודש.
ארום 9:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארענט פון בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךח' אדר א' תשפ"ב2/9/2022
באריכט
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'בית מרדכי' אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ו' ז' ח' סניף הר''ר יואל ווערצבערגער שליט''א. ביים אהנקומען האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים פון די תשב''ר.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט תלמידי כתה ג' ד' ה' סניף הר''ר פישל קויפמאן שליט''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מלמדים און די תשב''ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק ודברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט אז היינט ז' אדר די יארצייט פון משה רבינו דארף מען זעהן צו איינהאלטן די תורה וואס משה רבינו האט געגעבן, און לערנען פלייסיג און דאווענען ערליך, נאך די דב''ק האט דער רבי געגעבן שריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר די תשב''ר.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט תלמידי כתה ו' ז' ח', צום ערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מלמדים און די תשב''ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק והדרכה בפרט איבער טוען חסד איינער מיטן צווייטן און אויסגעפירט מיט דברי ברכה.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 1:15 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג, ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א הילד בן הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, רבינו שליט''א האט געשוירן פון די האר, און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר'ן חתן חאלאקע און פון די גאנצע משפחה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגז' אדר א' תשפ"ב2/8/2022
באריכט
מאנטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה יעקב ווערצבערגער הי"ו - ר' יודא מאשקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד. און ביי די חופה פון די מחותנים הרה''ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט''א - הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א דקהלתינו בקר''י, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' שמעי קעסלער הי"ו (וומסב''ג) - ר' חיים משה ביטמאן הי"ו.
ארום 10:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת התאחדות אברכים דקהלתינו הק' במאנסי אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' און הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א, אפנעמען ברכות קדשו לקראת דעם יערליכן כינוס אנ''ש ומלוה מלכה קומענדיגן מוצש''ק, רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט אויף די אקטיוויטעטן און געטרינקן לחיים און מאציל געווען ברכות קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' פנחס ווינד שליט''א דיין ומו''ץ בק''ק בעלזא ויו''ר בית הוראה לעניני ריבית, דער דיין שליט''א האט געגעבן פאר'ן רבי'ן זיינע חיבורים בהלכות ריבית, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע הלכה'דיגע שמועס אין די שווערע מקצוע, רבינו שליט''א האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשוב'ן דיין און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.