בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי' אדר א' תשפ"ב2/11/2022

באריכט
פרייטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן
לבן הנולד לר' מרדכי יוסף בראדער הי''ו,
לבן הנולד לר' יואל בר''י פארקאש הי''ו,
און לבן הנולד לר' מאיר בוכינגער הי''ו,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי די עסקנים מתלמידי הישיבה וועלכע העלפן ארויס מדי שבת בשבתו ביים ערשה''ט פון רבינו שליט''א מיט די תלמידי המתיבתא, רבינו שליט''א האט משמיע געווען קורצע דב''ק וברכה פאר די עסקנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️