בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגז' אדר א' תשפ"ב2/8/2022

באריכט
מאנטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, קאפיטל ט' פסוק א'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה יעקב ווערצבערגער הי"ו - ר' יודא מאשקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה''ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט''א - הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א דקהלתינו בקר''י, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:20.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' שמעי קעסלער הי"ו (וומסב''ג) - ר' חיים משה ביטמאן הי"ו.

ארום 10:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת התאחדות אברכים דקהלתינו הק' במאנסי אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' און הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א, אפנעמען ברכות קדשו לקראת דעם יערליכן כינוס אנ''ש ומלוה מלכה קומענדיגן מוצש''ק, רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט אויף די אקטיוויטעטן און געטרינקן לחיים און מאציל געווען ברכות קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' פנחס ווינד שליט''א דיין ומו''ץ בק''ק בעלזא ויו''ר בית הוראה לעניני ריבית, דער דיין שליט''א האט געגעבן פאר'ן רבי'ן זיינע חיבורים בהלכות ריבית, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע הלכה'דיגע שמועס אין די שווערע מקצוע, רבינו שליט''א האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשוב'ן דיין און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.01K