בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךח' אדר א' תשפ"ב2/9/2022

באריכט
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'בית מרדכי' אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ו' ז' ח' סניף הר''ר יואל ווערצבערגער שליט''א. ביים אהנקומען האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים פון די תשב''ר.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט תלמידי כתה ג' ד' ה' סניף הר''ר פישל קויפמאן שליט''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מלמדים און די תשב''ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק ודברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט אז היינט ז' אדר די יארצייט פון משה רבינו דארף מען זעהן צו איינהאלטן די תורה וואס משה רבינו האט געגעבן, און לערנען פלייסיג און דאווענען ערליך, נאך די דב''ק האט דער רבי געגעבן שריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר די תשב''ר.

דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט תלמידי כתה ו' ז' ח', צום ערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מלמדים און די תשב''ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק והדרכה בפרט איבער טוען חסד איינער מיטן צווייטן און אויסגעפירט מיט דברי ברכה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

ארום 8:10 ווען רבינו שליט''א איז אנגעקומען קיין וומסב''ג, איז מען צום ערשט אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת המנוח הרה''ח ר' בערל גראס ע''ה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 1:15 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג, ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א הילד בן הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, רבינו שליט''א האט געשוירן פון די האר, און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר'ן חתן חאלאקע און פון די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 932