מיטוואך פ' תרומה ב' דר''ח אדר א', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי ביים אנקומען אין ביהמ''ד איידער תפילת שחרית האט זיך רבינו שליט''א געטראפן און באגריסט מיט הגה''צ ר' אשר עקשטיין שליט''א דומ''ץ בעלזא בארא פארק, ווי ער האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן זיין נייע ספר, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' חיים אברהם קעסלער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל. ביים ליינען האט עולה געווען, שלישי דער בעל שמחה נכד רבינו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א, און רביעי רבינו שליט''א, גלילה נכד רבינו הב' החתן יחזקאל שרגא מייזליש, צו מוסף איז צוגעגאנגען דער בעל שמחה הרב צבי הירש מייזליש שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד לנכדו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, רבינו שליט''א איז געווען סנדק ומוהל, סנדק מעומד: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, אמירת הברכות האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארניפאל שליט''א ויקרא שמו בישראל 'אלכסנדר אשר' על שמו פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארטיקוב זצ''ל.
נאכן ברית איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הישיבה, אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש און שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א מתלמידי הישיבה.
בשעת די סעודה האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה דער אבי הבן נכד רבינו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א, מיט'ן זמר 'ברכו נפשי' האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הישיבה הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א, מיט יום ליבשה נכדו הב' החתן יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א, און דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, און דער חתן האט געזאגט א פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארניפאל שליט''א, און די הרחמן'ס חתנו הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט בריקודי קודש בתופים ובמחולות, ווי דער רבי האט געטאנצן מיט נכדו החתן און חתנו הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 2:15.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יוסף לייב זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג)- ר' יואל ברי''א זילבערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' חיים שלום ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל) - ר' זלמן לייב אפעל הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:45. ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בערך אים 11:45 איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די שמחת החתונה בבית גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און דערנאך ארויס אין א טאנץ מיט'ן חתן און מיט גיסו האדמו''ר מוויזניץ שליט''א און די איבעריגע מחותנים, בערך אים 1:30 איז רבינו שליט"א צוריק אהיים געפארן למעון קדשו אין קרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךא' אדר א' תשפ"ב2/2/2022
ווידיאו
סעודת ברית מילה בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט'ן שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א מתלמידי הישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
שמחת הברית מילה נאך תפילת שחרית פון נכד רבינו בן להרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מנחם אבל זיין נעכטן הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט''א ומשפחתו, ע''פ אשתו / אמם ע''ה.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדמודעהבאריכט
דינסטאג פ' תרומה א' דר''ח אדר א', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה 'ישמח משה' בקר''י בהנהלת הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט''א. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר יואל קרויס הי"ו. ב"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש הי"ו. ב''ר קלמן יעקב ווייס הי''ו.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל יחזקאל משולם טעללער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:35 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג, און איז צום ערשט אריבער אויף ניחום אבלים בײ משפחת הרה''ח ר' חיים משה לויפער ז''ל. און דערנאך ביי הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט''א ובנו מוה"ר יואל הי''ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' ב"פ, ע''פ אשתו / אמו ע''ה.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. ארום 11:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די לעגאסי זאל אין ב"פ, מפאר זיין בראש שמחת החתונה בחצרות קדשינו, החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, בן הרה''ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב בוומסב''ג בן הגה''צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט''א.
דער רבי האט טועם געווען לכבוד די שמחה און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים אין די זיידעס, דערנאך האט הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו בדחנא דמלכא אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן עבודת קדשו ביים מצוה טאנץ, און אויך געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און איז עקסטער ארויס אין א פייערליכן טאנץ מיט גיסו הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
נאך די מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן פאר די כלה כנהוג, און בערך אים 1:40 איז רבינו שליט"א צוריק געפארן למעון קדשו אין קרית יואל.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מודעה
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת הברית מילה פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד לנכדו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, נאך תפילת שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ברך משה' בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.
נאכן ברית וועט פארקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט'ן שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א מאריות שבחבורה בהיכל הישיבה.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה 'קדושת יו''ט' בקר''י בהנהלת הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט''א. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר יואל איידליס הי"ו. ב"ר גמליאל שגדרי הי"ו. ב''ר צבי אפעל הי''ו. ב''ר יואל קרויס הי''ו.
דערנאך האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא, צום ערשט איז פארגעקומען א סיום מס' חגיגה דורך נכד רבינו הבה''ח חיים צבי בן חדב''ן הגה''צ רבי יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, און נאכן הדרן האט דער רבי געזאגט דעם קדיש. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און דערציילט סיפורי קודש פון זקינו בעל ההילולא זיע"א.
נאכמיטאג אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא.
ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון המספיק אין קרית יואל ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא, אינאיינעם מיט די תלמידים פון די נייע ישיבה קטנה 'דרכי התורה' שע"י מוסדותינו הק' במאנסי בהנהלת הרה''ג ר' שאול יחזקאל פערלשטיין שליט''א, און די תלמידים פון די נייע ישיבה קטנה 'דרך התורה' דמוסדותינו הק' מחוץ לעיר בהנהלת הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט''א, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און נאך די פיש געוואונטשן לחיים.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' שאול יחזקאל פערלשטיין שליט''א. דער רבי האט משמיע געווען דב''ק ודברי הדרכה פאר די בחורים און דערנאך דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא. דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 7:30.
ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ט שבט תשפ"ב1/31/2022
בילדער · 8
סעודת הילולא פון מרן הגה"ק הקדושת יו''ט זיע"א בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אינאיינעם מיט די תלמידים פון די נייע ישיבה קטנה 'דרכי התורה' שע"י מוסדותינו הק' במאנסי, און די תלמידים פון די נייע ישיבה קטנה 'דרך התורה' דמוסדותינו הק' מחוץ לעיר, אין די זאלן פון המספיק אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית ומסיבת לחיים היינט ביומדהל''ק פון זקינו מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א, בהיכל ישיבה קטנה 'קדושת יו''ט' במוסדותינו הק' בקר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מאנטאג תרומה כ''ט שבט יומא דהילולא קדישא פון מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זיע"א.
היינט נאכמיטאג ארום 5:00 וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מאריך זיין שלחנו הטהור לרגל ההילולא קדישא, מיט די תלמידים פון די נייע ישיבה קטנה 'דרכי התורה' שע"י מוסדותינו הק' במאנסי, און די תלמידים פון די נייע ישיבה קטנה 'דרך התורה' דמוסדותינו הק' מחוץ לעיר, אין די זאלן פון המספיק אין קרית יואל.
אום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ח שבט תשפ"ב1/30/2022
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל ארוסי נכדו למזל טוב. הבה"ח הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. עב"ג הכלה ב''ק תחי' בת הרה"ג רבי יהושע רובין שליט"א אבדק"ק ראדאוויץ ור"מ בישיבתינו הק' נזר התורה דסאטמאר וומסב"ג. בן הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
יום ב', כ"ט שבט, הילולא קדישא של מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זיע"א, בעיר האבות סיגוט יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק פ' משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
נאך הבדלה זענען אריין געגאנגן בקודש פנימה די בחורים תלמידי ישיבת אור ישראל לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט דעם שב''ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען דער סיום ששה סדרי משנה דורך מתמידים 'רץ למשנה', ס'האט אויפגעטרעטן דער מגיד מישרים הר''ר לייבוש ליש שליט''א, דערנאך האבן עטליכע קינדער פארגעזונגען חרוזים, און די קינדער האבן געמאכט דעם סיום, געזאגט דעם הדרן און געזונגען עטליכע ווארימע נגונים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מלמדים און פאר די קינדער, און עקסטער געוואונטשן פאר עטליכע פון זיינע אייניקלעך און איר-אייניקלעך, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש. בערך 12:00 האט רבינו שליט"א פארלאזט דעם זאל און אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פ' משפטים מברכים חודש אדר א', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי''ו (קרית טאהש).
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' אברהם קייזער שליט''א (ביתר).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' בעריש ראזענבערג שליט''א (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם קייזער שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "וכי יזוד איז על רעהו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין.
קה אכסוף: הרה''ח ר' דוד מאיר ווייס הי''ו (ירושלים), ברכהמ"ז: הגה''צ ר' ברוך דוד ראטה שליט''א אב''ד מראה יחזקאל.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ''ט שבט. קה רבון עלם: הרה''ח ר' דוד משה מאנדלבוים הי''ו (בארא פארק).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך האט מען אריינגעברענגט באנדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד להרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה גלאנצער הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט 11:35.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלום יחזקאל ווידער הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יעקב קויפמאן שליט''א (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה''ח ר' אליעזר זעלצער הי''ו, לוי: הרה''ח ר' אברהם יוסף ווייזער הי''ו (וומסב''ג), שלישי: החתן ב''ר יושע שמואל ווידער הי''ו - באווארפן, רביעי: בעל שמחה ר' יואל ברי''ש בראך הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: בעל שמחה ר' שבתי בר''פ בראך הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: בעל שמחה ר' דוד צוויבל הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א, מפטיר: הרה''ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי''ו, הגבה: הר''ר יוסף קדיש ראבינאוויטש שליט''א, גלילה: הרה''ח דוד מאיר ווייס הי''ו.
רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק קדושת יו''ט זי''ע. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד משה מאנדלבוים הי''ו. מען האט געענדיגט 12:25.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד 5:40. מנחה: הרה''ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל ווייס הי"ו (מאנטריאל), כהן: הרה''ח ר' משה גלאנצער הי''ו, לוי: הרה''ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט''א אב''ד כומעלניק מאנסי, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יואל בר''ש זאבעל הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט''א, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם'' און געטייטשט אז מיטן כח פון שב''ק קען מען אין איין רגע אויפטוען וואס מען קען נאר אויפטוען און א לענגערע זמן, יעצט אין די לעצטע רגעים פון די מ''ב יום פון די ימי השובבי''ם קען מען מתקן זיין אויב מען האט נאכנישט געטוען די ריכטיגע פעולות און קבלות, א שנת העיבור קומט צו א מתנה טובה פון נאך צוויי וואכן, מען דארף מקבל זיין די ריכטיגע שמירה בעניני קדושה און דעמאלטס וועט זיין א עינא פקיחא אויף אידישע קינדער פון הימל.
ידיד נפש: הרב הערשל אשכנזי שליט''א בן האדמו''ר מסטאניסלאוו לאנדאן, קל מסתתר: הרה''ג ר' אהרן קויפמאן שליט''א (מאנטריאל), שושנת יעקב: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
פרייטאג פ' משפטים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ארום 5:10 באשמורת הבוקר איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום מעמד 'עת רצון' - אמירת כל ספר תהילים בבית מדרשינו הגדול, בעל תפילה איז געווען הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.
פארן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שמואל יואל שעהנברוין הי''ו - בבית חמיו הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען דער ברית בביהמ''ד הגדול לבן הנולד לר' אליעזר צבי גרינפעלד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. און דער ברית לבן הנולד לר' יעקב מארקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.