בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ח שבט תשפ"ב1/30/2022

באריכט
פרייטאג פ' משפטים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ארום 5:10 באשמורת הבוקר איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום מעמד 'עת רצון' - אמירת כל ספר תהילים בבית מדרשינו הגדול, בעל תפילה איז געווען הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

מען האט געענדיגט ארום 7:00 און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

פארן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שמואל יואל שעהנברוין הי''ו - בבית חמיו הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך איז פארגעקומען דער ברית בביהמ''ד הגדול לבן הנולד לר' אליעזר צבי גרינפעלד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און דער ברית לבן הנולד לר' יעקב מארקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר''א קויפמאן הי"ו. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 856