בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגב' אדר א' תשפ"ב2/3/2022

באריכט
מיטוואך פ' תרומה ב' דר''ח אדר א', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי ביים אנקומען אין ביהמ''ד איידער תפילת שחרית האט זיך רבינו שליט''א געטראפן און באגריסט מיט הגה''צ ר' אשר עקשטיין שליט''א דומ''ץ בעלזא בארא פארק, ווי ער האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן זיין נייע ספר, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' חיים אברהם קעסלער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל. ביים ליינען האט עולה געווען, שלישי דער בעל שמחה נכד רבינו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א, און רביעי רבינו שליט''א, גלילה נכד רבינו הב' החתן יחזקאל שרגא מייזליש, צו מוסף איז צוגעגאנגען דער בעל שמחה הרב צבי הירש מייזליש שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד לנכדו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, רבינו שליט''א איז געווען סנדק ומוהל, סנדק מעומד: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, אמירת הברכות האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארניפאל שליט''א ויקרא שמו בישראל 'אלכסנדר אשר' על שמו פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארטיקוב זצ''ל.

נאכן ברית איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הישיבה, אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש און שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א מתלמידי הישיבה.

בשעת די סעודה האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה דער אבי הבן נכד רבינו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א, מיט'ן זמר 'ברכו נפשי' האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הישיבה הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א, מיט יום ליבשה נכדו הב' החתן יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א, און דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, און דער חתן האט געזאגט א פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארניפאל שליט''א, און די הרחמן'ס חתנו הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט בריקודי קודש בתופים ובמחולות, ווי דער רבי האט געטאנצן מיט נכדו החתן און חתנו הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 2:15.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יוסף לייב זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג)- ר' יואל ברי''א זילבערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' חיים שלום ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל) - ר' זלמן לייב אפעל הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:45. ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בערך אים 11:45 איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די שמחת החתונה בבית גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און דערנאך ארויס אין א טאנץ מיט'ן חתן און מיט גיסו האדמו''ר מוויזניץ שליט''א און די איבעריגע מחותנים, בערך אים 1:30 איז רבינו שליט"א צוריק אהיים געפארן למעון קדשו אין קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 890