בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ט שבט תשפ"ב1/31/2022

באריכט
זונטאג פ' תרומה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר יהודה פרענקל הי"ו.
ב''ר ישראל אשר לעווי הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:45 האט דער רבי דארט געדאווענט מנחה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

אום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️