בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מיטוואךכ' כסלו תשפ"ב11/24/2021

באריכט
דינסטאג פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה "עסק התורה" - סניף מאנסי. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם בר''ב פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יואל ברמ''י גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א משמיע געווען קורצע דברי חיזוק פאר די בחורים אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער צום בנין אינטערען ביהמ''ד ווי עס ווערט געבויעט פאר די ישיבה קטנה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביי אלע פיר שטאקן, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביי די מקוה וואס ווערט געבויט פארן ביהמ''ד.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה אין וומסב"ג פון 8:30 ביז 1:00.

צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' יצחק מאיר שטערנבוך שליט''א מחשובי ראשי הישיבות והמשפיעים בארה''ק, וועלכע וועט אויפטרעטן ביים צענטראלן סעודת הודאה כ''א כסלו. עס האט זיך פארצויגן א שיינע תורה'דיגע שמועס אזוי אויך איבערן מצב הישיבות בארה''ק.

אויך זענען אריין בקודש פנימה די מחותנים הרה''ג ר' ליפא ט"ב שליט''א אב"ד סאסוב ב"פ חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און הרה''ג ר' יואל מנחם אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה''צ אבד''ק אלעסק שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון זייערע קינדער למז''ט, וואס וועט פארקומען אי"ה מאנטאג זאת חנוכה הבעל"ט.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר צבי שטיינבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר''ר מאיר זאב שטערן שליט''א - ר' יצחק יעקב כ''ץ הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

ארום 11:35 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום התמדת התורה דורך חבורת תורתך שעשועי שע''י קהלתינו הק', דעם דאנערשטאג כ''א כסלו הבעל''ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ח כסלו תשפ"ב11/22/2021

באריכט
זונטאג פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה היימליך הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ.
בן הר"ר יואל סימאן שליט"א.
ב"ר דוב יחזקאל משולם טעלער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 1:00 איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער עניני כשרות און שחיטה, רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז די גאס.

נאכמיטאג ארום 3:45 איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען בבית מדרשינו ברך משה בקר"י מפאר צו זיין בראש שמחת פדיון הבן פון נכדו בן הנולד להרב יושע מרדכי אלעזר לאבין חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.

ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.

אלס כהן הפודה האט געדינט כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א. נאכן פדיון האט דער רבי טועם געווען מזונות, פיש און קוגל, און עס האט אויפגעטרעטן בדברי תורה דער אבי הבן הרב יושע מרדכי אלעזר שליט"א, דערנאך האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן בעל שמחה פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יוסף ישעי' לאווין הי"ו - ר' נטע קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יצחק אייזיק גאלדשטיין הי"ו - ר' יחזקאל שרגא שטיינמעץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:15. רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו -ר' יואל בר"י שטיינמעץ הי"ו.
ר' יואל בר"א שווארץ הי"ו - ר' בערל גאלד הי"ו.

ארום 11:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ז כסלו תשפ"ב11/21/2021

באריכט
פרייטאג פר' וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יוסף לייב ברוין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא ''סניף ברך משה''. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל ענגלענדער. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נעכטן מוצש''ק נאכן דינער לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל איז רבינו שליט''א אריבער אינעם נייעם אפיס פון האברך היקר עסקן נמרץ ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו וואס האט אפגעקויפט א כתה אין איינע פון די בניני המוסדות, דער רבי האט צום ערשט קובע מזוזה געווען און דערנאך געטרינקן לחיים און אינטערגעשריבן די שטרות, און ווארים אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, און נאך די דברי תורה ארומגערעדט איבער דעם קשר אמיץ פון רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי''ע צו די מוסדות הק' אין קר''י, און די חשיבות פון החזקת המוסדות הקדושים.

דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט בשבח המלמדים און געפאדערט פון די עלטערן ארויס צו ווייזן הכרת הטוב פאר די מלמדים און כלי קודש. און דערביי מחזק געווען אלע איינגעשטעלטע אינעם מוסד.

אזוי אויך האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם חשיבות פון קויפן א חדר אין די בניני המוסדות 'א שבת דירה' ליום שכלו שבת, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו אז אין אלע בנינים האדירים וואס מען בויעט אין קר''י סיי פאר חינוך הבנים און סיי פאר חינוך הבנות האבן די נדיבי בעם אויסגעקויפט 'אלע חדרים' און עס איז דערווייל נישטא צו קויפן נאך חדרים און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די בנינים אדירים וואס מען גייט בויען פאר די מוסדות, וועט מען קענען קויפן נאך חדרים. און דערנאך געבעטן אלע וואס האבן געקויפט א חדר וואס דאס איז זיין שטוב, 'זיך אונטערנעמען אויסצוהאלטן די הוצאות פונעם חדר וואס זיי האבן מנדב געווען פונקט ווי מען האלט אויס אן אייגענעם הויז', און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט רבינו שליט''א ברייט ארומגערעדט איבער דעם שווערן מצב פון דירות אין קרית יואל ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס איז א צייטווייליגע זאך און גייט זיך טוישן, וויבאלד מען האפט בקרוב צו באנייען הונדערטער דירות אין שכונת ויואל משה, און שפעטער אין שכונת ברך משה און שכונת דברי יואל, ווי עס וועט זיין בעז"ה ביז צוויי יאר א סך הכל פון אזויפיל ווי צוויי טויזענט דירות, און אויסגערופן די "הכרזת קודש" פאר אלע תושבי קר''י אז קיינער זאל נישט קויפן יעצט נאר אויסווארטן מיט סבלנות אז דער יעצטיגער מאנגל פון דירות זאל אריבערגיין אין מ'זאל נישט בידים העלפן ארויפשרויפן די פרייזן.

דערנאך האט דער רבי פארעענדיגט זיינע דברות קודש מיט ווארימע דברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור. און דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שיריים פאר די נדבני והנהלת המוסדות, מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
וירבו ויעצמו במאוד מאוד - והיה זרעך כעפר הארץ אשר לא יספר מרוב

מוצש''ק איז פארגעקומען די גרויסארטיגע יערליכער דינער הרבית לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער עלעף טויזענט תלמידים ותלמידות בליעה''ר כן ירבו, אינעם גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום בהשתתפות פון אלפי אנ''ש תושבי קרית יואל אין שפיץ פון רבני ודייני העיר ובראשם דער מרא דאתרא קדישא ונשיא המוסדות הקדושים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

במשך דעם מעמד האבן מהנה געווען די בארימטע 'לב' קאר און באגלייטונג פונעם בעל מנגן ר' בנציון וועבערמאן הי''ו.

אנהייב מעמד האט אויפגעטרעטן דער געטרייער אדמיניסטראטאר הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו, דערנאך איז פארגעקומען א גאר רייכע 'הלך ונסוע' פאנעל איבער די טראנספארטאציע פון די מוסדות צווישן הרה''ח ר' יואל פאלאטשעק הי''ו און הר''ר משה ארי' גוטמאן שליט''א אנגעפירט דורכן פמ''מ מו''ה ר' יצחק שלמה דרעזנער הי''ו.

ארום 10:40 איז כ''ק מרן רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד, ביים אנקומען האט מען געטאנצן פאר עטליכע מינוט חסדי ה' לכבוד דעם יום הצלה פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע קומענדיגן כ''א כסלו.

דערנאך האט דער יו''ר המעמד נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א ממשיך געווען מיטן מעמד. דאן האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות, ווי ער האט געגעבן א לענגערן רעפעראט איבער'ן מצב הגשמי און דעם אומגלויבליכע בודזשעט פון די מוסדות הק', און ארויסגעברענגט אז די מוסדות הק' האט אנגעהויבן דעם יאר מיט אזויפיל ווי 11 טויזענט קינדער בליעה''ר און אז מען גייט שוין כמעט אריין אינעם 12 טויזענט כן ירבו, און מיט אזויפיל ווי 1,100 איינגעשטעלטע.

דערנאך האט ר' מאיר ארומגערעדט איבער די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די מוסדות הק', און געמאלדן אז אינעם קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט וועט מען בעז''ה מחנך זיין דעם בנין האדיר והמפואר ''בנין קליין'' פאר די תלמוד תורה, און דערנאך פראקלאמירט אז הרה''ח ר' שמעון משה קעפעטש הי''ו חבר הנהלת המוסדות האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פון די בנין ישיבה קטנה החדש אויף קארלסבורג, וואס מען וועט שוין בעז''ה מחנך זיין דעם קומענדיגן זמן הקיץ הבעל''ט.

און דערנאך געמאלדן אז אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך אהנצוהייבן צו בויען נאך א בנין האדיר פאר די בית רחל שע"י מוסדותינו הק'. וואס וועט באשטיין אויף אזויפיל ווי הונדערט טויזענט סקווער פיס נאכצוקומען די בליה און וואוקס פון די טויזענטער תלמידים ותלמידות כן ירבו. דער בנין וועט זיך געפינען הארט נעבן די 'בית רחל קאמפלעקס' מיט אירע אלע בנינים, און אזוי אויך וועט דער גיגאנטישער בנין ערהאלטן נאך א פראכטפולע חתונה זאל לטובת אלפי תושבי העיר.

און דערנאך אויסגערעכנט די נעמען פון די צענדליגער נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, צווישן זיי הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו וואס האט אפגעקויפט א זכות שער אין בנין בית רחל בנין לאה אסתר פאר 125,000 דאללאר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.

נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' אלי' שלמה קאהן הי''ו בשם הנהלת המוסדות בקר''י מיט ווארימע ווערטער לכבוד דעם דינער השנתי מוצש''ק לטובת המוסדות הק'.

קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מקומארנא י"ם שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ''וישלח יעקב מלאכים לפניו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יואל בר''ב בערגער שליט''א, ברכהמ"ז: הרה''צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המגיד הגדול ממעזריטש זי"ע, וואס די יארצייט וועט געפאלן דינסטאג י''ט כסלו. קה רבון עלם: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט''א חתן האדמו''ר מסקולען מאנסי שליט''א, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן חסדי ה' און ניגוני הודאה לכבוד דעם יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע כ''א כסלו דעם דאנארשטאג. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אשר פארקאש הי''ו ( מאנסי), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי''ו ( מאנטריאל).

עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק יעקב כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' מענדל קלאגסברוין הי''ו ( וומסב''ג), שלישי: הרה''ח ר' חיים אליעזר גראס הי''ו (וומסב''ג), רביעי: החתן ב''ר מאיר זאב שטערן הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר שמואל דוד גאנדל הי''ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: החתן ב''ר משה אלי' פריעד הי''ו, אחרון: בעל שמחה ר' אברהם חיים טעלער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה''ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' מאיר זאב שטערן הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' יקותיאל יוסף ניימאן הי''ו.

מוסף: הרה''ג ר' מאיר שמחה ביק שליט''א (בארא פארק), פתיחה לאנעים זמירות: הרב בעריש גראס שליט''א (מאנטריאל), מען האט געענדיגט 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05, מנחה: הרה''ג ר' שלום שמעי מיטטעלמאן שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנטשיל זאלדאן הי"ו, כהן: הרה''ח ר' משה גלאנצער הי''ו, לוי: הר''ר יעקב יחזקי' היימליך שליט''א (מאנטריאל), שלישי: הרה''ח ר' אברהם יושע ווייס הי''ו ( וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' ישראל יעקב ווייס הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויחן את פני העיר'' און געטייטשט אז יעקב אבינו אויפן וועג פאר ער איז אריינגעגאנגען אין ארץ ישראל האט ער מתקן געווען מקוואות מען זאל קענען תשובה טוען, ווייל דורך דעם ווערט מען כקטן שנולד און מען זאגט נישט נראה ונדחה אינה חוזר ונראה, און נאר אזוי קען מען אריינקומען בפלטרין של מלך, און אוודאי נישט אזוי ווי הײנט איז געווארן אז מען פארט כסדר קיין ארץ ישראל און אן יראת שמים.

ידיד נפש: הרה''ח ר' משה ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל), קל מסתתר: הרה''ח ר' יודא משה געלב הי''ו (מאנטריאל). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' שאול לייב זאלדאן הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 7:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
א רייכע באנקעט איז פארגעקומען נעכטן מוצש''ק אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו הי''ו לטובת די בארימטער מפעל ''שמעו דבר ה'' להפצת לימוד ספר הק' ויואל משה, בראשות הגה''צ דומ''ץ קרית יואל שליט''א וועלכע איז עומד בראש פונעם מפעל און איז צוגאסט אין די יעצטיגע טעג אין לאנדאן, אלס נואם הכבוד צו די סעודת הודאה ביום ההצלה כ''א כסלו.

דער מעמד איז פארגעקומען בהשתתפות פון נגידי אנ''ש תושבי לאנדאן אין שפיץ פון רבנים חשובים צווישן זיי הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א, וועלכע האבן אויך אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

שבת קודשט"ז כסלו תשפ"ב11/20/2021

באריכט
ובניהם הרבי''ת ככוכבי השמים

יעצט ביים גרויסארטיגן דינער והרבית לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער עלעף טויזענט קינדער בליעה"ר האט דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו געמאלדן די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה אז אין די נאנטע וואכן וועט זיך אנהייבן די בוי ארבייט אויפצובויען א פרישן גיגאנטישער בנין הבית רחל וואס וועט באשטיין אויף אזויפיל ווי הונדערט טויזענט סקווער פיס נאכצוקומען די בלי און וואוקס פון די טויזענטער תלמידים ותלמידות כן ירבו

דער בנין וועט זיך געפינען הארט נעבן די 'בית רחל קאמפלעקס' מיט אירע אלע בנינים, און אזוי אויך וועט דער גיגאנטישער בנין ערהאלטן א פראכטפולע חתונה זאל.

ורוח הקודש אומרת כן ירבו וכן יפרוץ

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט"ו כסלו תשפ"ב11/19/2021

באריכט
דאנערשטאג פר' וישלח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל בר''א ווייס הי"ו.
ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די וועכנטליכע שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' שמואל דוד גאנדל הי"ו - ר' ישכר בעריש גראס הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יצחק מאיר בערגער הי''ו - ר' אברהם מאנדל הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב האט רבינו שליט''א פארהערט הב' יעקב אהרן הירש ני''ו ממציוני תלמידי המתיבתא גאנץ הלכות שבת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג