בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ' כסלו תשפ"ב11/24/2021

באריכט
דינסטאג פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה "עסק התורה" - סניף מאנסי. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם בר''ב פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יואל ברמ''י גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א משמיע געווען קורצע דברי חיזוק פאר די בחורים אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער צום בנין אינטערען ביהמ''ד ווי עס ווערט געבויעט פאר די ישיבה קטנה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביי אלע פיר שטאקן, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביי די מקוה וואס ווערט געבויט פארן ביהמ''ד.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה אין וומסב"ג פון 8:30 ביז 1:00.

צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' יצחק מאיר שטערנבוך שליט''א מחשובי ראשי הישיבות והמשפיעים בארה''ק, וועלכע וועט אויפטרעטן ביים צענטראלן סעודת הודאה כ''א כסלו. עס האט זיך פארצויגן א שיינע תורה'דיגע שמועס אזוי אויך איבערן מצב הישיבות בארה''ק.

אויך זענען אריין בקודש פנימה די מחותנים הרה''ג ר' ליפא ט"ב שליט''א אב"ד סאסוב ב"פ חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און הרה''ג ר' יואל מנחם אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה''צ אבד''ק אלעסק שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון זייערע קינדער למז''ט, וואס וועט פארקומען אי"ה מאנטאג זאת חנוכה הבעל"ט.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️