בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ז כסלו תשפ"ב11/21/2021

באריכט
וירבו ויעצמו במאוד מאוד - והיה זרעך כעפר הארץ אשר לא יספר מרוב

מוצש''ק איז פארגעקומען די גרויסארטיגע יערליכער דינער הרבית לטובת מוסדותינו הק' בקרית יואל מיט אירע אריבער עלעף טויזענט תלמידים ותלמידות בליעה''ר כן ירבו, אינעם גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום בהשתתפות פון אלפי אנ''ש תושבי קרית יואל אין שפיץ פון רבני ודייני העיר ובראשם דער מרא דאתרא קדישא ונשיא המוסדות הקדושים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

במשך דעם מעמד האבן מהנה געווען די בארימטע 'לב' קאר און באגלייטונג פונעם בעל מנגן ר' בנציון וועבערמאן הי''ו.

אנהייב מעמד האט אויפגעטרעטן דער געטרייער אדמיניסטראטאר הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו, דערנאך איז פארגעקומען א גאר רייכע 'הלך ונסוע' פאנעל איבער די טראנספארטאציע פון די מוסדות צווישן הרה''ח ר' יואל פאלאטשעק הי''ו און הר''ר משה ארי' גוטמאן שליט''א אנגעפירט דורכן פמ''מ מו''ה ר' יצחק שלמה דרעזנער הי''ו.

ארום 10:40 איז כ''ק מרן רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד, ביים אנקומען האט מען געטאנצן פאר עטליכע מינוט חסדי ה' לכבוד דעם יום הצלה פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע קומענדיגן כ''א כסלו.

דערנאך האט דער יו''ר המעמד נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א ממשיך געווען מיטן מעמד. דאן האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות, ווי ער האט געגעבן א לענגערן רעפעראט איבער'ן מצב הגשמי און דעם אומגלויבליכע בודזשעט פון די מוסדות הק', און ארויסגעברענגט אז די מוסדות הק' האט אנגעהויבן דעם יאר מיט אזויפיל ווי 11 טויזענט קינדער בליעה''ר און אז מען גייט שוין כמעט אריין אינעם 12 טויזענט כן ירבו, און מיט אזויפיל ווי 1,100 איינגעשטעלטע.

דערנאך האט ר' מאיר ארומגערעדט איבער די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די מוסדות הק', און געמאלדן אז אינעם קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט וועט מען בעז''ה מחנך זיין דעם בנין האדיר והמפואר ''בנין קליין'' פאר די תלמוד תורה, און דערנאך פראקלאמירט אז הרה''ח ר' שמעון משה קעפעטש הי''ו חבר הנהלת המוסדות האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פון די בנין ישיבה קטנה החדש אויף קארלסבורג, וואס מען וועט שוין בעז''ה מחנך זיין דעם קומענדיגן זמן הקיץ הבעל''ט.

און דערנאך געמאלדן אז אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך אהנצוהייבן צו בויען נאך א בנין האדיר פאר די בית רחל שע"י מוסדותינו הק'. וואס וועט באשטיין אויף אזויפיל ווי הונדערט טויזענט סקווער פיס נאכצוקומען די בליה און וואוקס פון די טויזענטער תלמידים ותלמידות כן ירבו. דער בנין וועט זיך געפינען הארט נעבן די 'בית רחל קאמפלעקס' מיט אירע אלע בנינים, און אזוי אויך וועט דער גיגאנטישער בנין ערהאלטן נאך א פראכטפולע חתונה זאל לטובת אלפי תושבי העיר.

און דערנאך אויסגערעכנט די נעמען פון די צענדליגער נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, צווישן זיי הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו וואס האט אפגעקויפט א זכות שער אין בנין בית רחל בנין לאה אסתר פאר 125,000 דאללאר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️