בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ח כסלו תשפ"ב11/22/2021

באריכט
זונטאג פר' וישב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה היימליך הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ.
בן הר"ר יואל סימאן שליט"א.
ב"ר דוב יחזקאל משולם טעלער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 1:00 איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער עניני כשרות און שחיטה, רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז די גאס.

נאכמיטאג ארום 3:45 איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען בבית מדרשינו ברך משה בקר"י מפאר צו זיין בראש שמחת פדיון הבן פון נכדו בן הנולד להרב יושע מרדכי אלעזר לאבין חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.

ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.

אלס כהן הפודה האט געדינט כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א. נאכן פדיון האט דער רבי טועם געווען מזונות, פיש און קוגל, און עס האט אויפגעטרעטן בדברי תורה דער אבי הבן הרב יושע מרדכי אלעזר שליט"א, דערנאך האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן בעל שמחה פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יוסף ישעי' לאווין הי"ו - ר' נטע קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יצחק אייזיק גאלדשטיין הי"ו - ר' יחזקאל שרגא שטיינמעץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:15. רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו -ר' יואל בר"י שטיינמעץ הי"ו.
ר' יואל בר"א שווארץ הי"ו - ר' בערל גאלד הי"ו.

ארום 11:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️