בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגי"ד כסלו תשפ"ב11/18/2021

באריכט
מיטוואך פר' וישלח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה".

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הר''ר וואלף דוד ווערצבערגער שליט''א.
ב"ר בנימין שאלאמאן הי"ו.
ב''ר יואל זאב שעהר הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ז' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה אלי' פריעד הי''ו - ר' יקותיאל יוסף ניימאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' ברוך מרדכי דרעזנער הי"ו - ר' פנחס מענדלאוויטש הי"ו.

ארום 10:25 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ג כסלו תשפ"ב11/17/2021

באריכט
דינסטאג פר' וישלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' הלל פויגל הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה - סניף טשעסטער.

ביים ארויסגיין נאכן דאווענען האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט איבער די ישיבה און געוואונטשן עס זאל זיין גוטע שידוכים במהרה, און דערנאך זיך נאכגעפרעגט ביים מנהל הר''ר שלמה לייב וויינבערגער שליט''א איבער די וואוקס פונעם געגענט.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז 12:00 בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.

ביים אנקומען אויף וומסב''ג איז דער רבי שליט''א ארויף אויף א באזוך בבית נכדו הרה''ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט''א.

ארום 10:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה העסקן הרב משה מארגרעטען אינאיינעם מיט בנו החתן און די מחותנים אפנעמען מזל טוב לרגל די חתונה וואס איז פארגעקומען די וואך, ווי רבינו שליט''א האט גאר ווארעם אנגעוואונטשען דעם עסקן הרב משה הי''ו, דעם חתן און די חשובע מחותנים.

אויך איז אריין בקודש פנימה די חברי הנהלת קרן הבנין בית חינוך לבנות שע"י מוסדות יטב לב אין בני ברק, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' ליפא זיכערמאן הי"ו וואס האט געקויפט א זכות נכבד אינעם נייעם פראכטפולן מיידל שולע בנין, וועלכע ריקט זיך שטארק פאראויס און די יעצטיגע טעג צום פארענדיגן ברוב פאר והדר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ב כסלו תשפ"ב11/16/2021

באריכט
מאנטאג פר' וישלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל", נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ז' פסוק ב'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' אשר אנטשיל זאלדאן הי"ו - ר' יואל ב''ר קאפל שעהנברוין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יחזקאל דוב באנדא הי''ו - ר' מאיר אברהם גראס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יחזקאל שרגא פערלמוטער הי''ו - ר' יחזקאל הערשקאוויטש הי''ו, באולם קרן ויואל משה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:40.

ארום 8:10 איז האדמו''ר מסאדיגורא שליט''א געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש. צום ערשט האט ער איבערגעגעבן א גרוס פארן רבי'ן פון קהלתינו הק' באנטווערפען ווי דער סאדיגורא רבי פלעגט וואוינען נאך די חתונה, און איבער דער פראכטפולער בנין ביהמ"ד וואס איז א תל תלפיות פאר די גאנצע שטאט. דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער צדיקי בית סאדיגורא און איבער דעם קשר עליון פונעם הייליגן ישמח משה זצ"ל מיט'ן הייליגען רוזשינער זצ"ל. רבינו שליט''א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. דערנאך האט האדמו''ר מסאדיגורא איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א מתנה א ספר פון אביו זצ''ל און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו 'לב אהרן' חלק אגדה און דרושים. דערנאך האט אים רבינו שליט''א ארויסבאגלייט ביז די גאס.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
הר''ר נטע מרדכי קויפמאן שליט''א - הר''ר אורי יודא קויפמאן שליט''א.

ארום 10:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 11:00 איז געווען אויף א ביקור קודש ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, אויך איז אנוועזנד געווען הגה"צ הדומ"ץ שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס. צווישן אנדערע ענינים האט מען ארומגערעדט איבער די נייע אידישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און דערנאך ארויסבאגלייט ביז די גאס.

ארום 11:45 איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אויף א ביקור גומלין ביי האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים טאגער הי"ו אין קרית יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן רוזשינער זצ"ל. דערנאך האט האדמו"ר מסאדיגורא מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן סאדיגורער רבי און פארן בעל אכסניא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"א כסלו תשפ"ב11/15/2021

באריכט
זונטאג פר' וישלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר מאיר מנחם טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יקותיאל מרדכי צבי הויער הי"ו.
ב''ר אברהם מתתי' קאהן הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ז' פסוק ב'. און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער אויפן וועכנטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת און אין די מצה בעקעריי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל, דער רבי האט געדאווענט מנחה און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

שפעט נאכמיטאג איז געקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש דער יוניידעט סטעיט סענאטאר פון ניו יארק טשאק שומער אינאיינעם מיט העסקן הרב עזרא פריעדלענדער און באגלייטונג פון הנהלת המוסדות והקריה בקר''י, ווי מען האט ארומגערעדט איבער פעילות לטובה וואס ער טיט לטובת דעם היימישן ציבור, און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די פילע לייסטונגען לטובת די חרדישע אידנטום בכלל און די שטאט קרית יואל בפרט.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו - ר' ישראל דוב רייך הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' ישעי' מאיר בלייך הי''ו ( וומסב''ג) - ר' רפאל עקשטיין הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען בשמחת השבע ברכות בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז פארגעקומען אינעם גרויסן שאטער פארנט פון ביהמ''ד הגדול דשיכון סקווירא.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן און מחותנים, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 9:00 ביז 12:15.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון החתן דוב אלתר ברוך גפן - משב''ק, ב''ר אברהם יושע הי"ו מיט הכלה בת ר' פנחס פראנקל הי"ו, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם געוואונטשן פארן חתן ומחותנים.

ארום 11:30 איז געקומען אויף א באזוך הגה''צ ר' יוסף משה דוב האלבערשטאם שליט''א רב חסידי צאנז אין אמעריקע בן כ''ק אדמו''ר מצאנז ארה''ק שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל התמנותו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע תורה'דיגע שמועס און דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און דערנאך געגעבן א מתנה דעם ספר לב אהרן.

ארום 12:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' כסלו תשפ"ב11/14/2021

באריכט
במוצאי יום גילה

מוצש''ק פרשת ויצא בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א


ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין בארא פארק אין די זאלן פון עטרת חי' צום יערליכן דינער ''עוללינו'' לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק מיט אירע אריבער 5000 קינדער בליעה''ר.

עס האבן אויפגעטרעטן הרה''ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט''א, הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א, און די מנהל המוסדות הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, ובסוף דבריו מעורר צו שיקן די קינדער לערנען אין היימישע ישיבות און נישט אוועקשיקן אין די פרעמדע ישיבות, און ארומגערעדט בשבח מוסדותינו הק' אין בארא פארק, און מסיים געווען בברכות קדשו בפרט פארן חשוב'ע מנהל המוסדות הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו.

נאכן דינער איז דער רבי אריבער געגאנגען אויף א באזוך ביי הגה''צ גאב''ד פריימאן שליט''א וראב''ד התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע תורה'דיגע און ידידות'דיגע שמועס פאר אריבער א האלבע שעה, דערנאך האט דער פריימענער רב אנגעגאסן לחיים און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה''ח ר' אליעזר וויינבערגער הי''ו מיט הכלה בת הרה''ג ר' יואל שטערן שליט''א מנהל כתות ו' ז'ח' במוסדותינו הק' וומסב''ג צוגעשטעלט דורך די מלמדים.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן בבריאות השלימות, און פאר די מחותנים און אלע מלמדים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
שב"ק פרשת ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו - משב''ק.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50.

נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' באש להבה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ ר' דוד דוב שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' מאניש פריינד הי''ו (בני ברק).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' מאניש פריינד הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי''ו (בני ברק).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ''ותקרא שמו יוסף" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון גר שנתגייר כקטן שנולד דמי.

קה אכסוף: הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א דקהלתינו הק' קר''י, ברכהמ"ז: הרה''צ ר' מאיר עמניאל האגער שליט''א רב דביהמ''ד ראצפערט בבית שמש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' אהרן טשערנאבילער זי"ע, וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג ח' כסלו. קה רבון עלם: הרה''ח ר' יחזקאל ברש''א טייטלבוים הי''ו (מאנסי).

נאכן אריינברענגן די פירות האט רבינו שליט''א דערמאנט די נסיעה צום עיר האבות סיגוט פארגאנגענעם וואך און דערציילט א עובדה פונעם הייליגן ייטב לב זי''ע פון עלי יניח צדיק את ראשו.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב משה ברמ''צ כהנא שליט''א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שמואל דוד גאנדל שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אליעזר ווייס הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' שאול לייב זאלדאן הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו - משב''ק, לוי: החתן ב''ר אלעזר גרובער הי''ו, שלישי: החתן ב''ר שמואל דוד גאנדל הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר אשר אנטשיל זאלדאן הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר חיים אלי' צוויבל הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יואל ב''ר הלל שפיצער הי''ו.
ר' חיים הערש גלאנצער הי''ו.
ר' אביעזר מרדכי געשטעטנער הי''ו.
ר' שלום זאלדאן הי''ו.

שביע: החתן ב''ר יוסף דוב ראזענפעלד הי''ו, אחרון: החתן ב''ר יואל האלפערט הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' יושע בראך הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' זלמן מענדלאוויטש הי''ו.

מוסף: הרה''צ ר' ישראל שלום טויב שליט''א אב''ד באלטימאר וומסב''ג, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם בער שפיצער הי''ו.

מען האט געענדיגט 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:10. מנחה: הר''ר אלחנן טויב שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל ברד''ל האלפערט הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יואל ב''ר קאפל שעהנברוין הי''ו, לוי: הרה''ח ר' שמחה יוזשעף הי''ו ( לאנדאן), שלישי: הרה''ג ר' ישראל בער שטיין שליט''א מדייני קהלתינו וומסב''ג, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק פראנקל הי"ו ( מאנטריאל).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויחלם והנה סלם נצב ארצה וראשו מגיה השמימה'' און געטייטשט אז די תורה האבן די אידן באקומען ווייל מען גייט בתר איכות און א מענטש קען נשתנה ווערן לאיש אחר אינגאנצן אבער נישט מלאכי עליון, ווי אזוי קען א מענטש צוקומען צו אמת'ע תשובה נתהפך צו ווערן לאיש אחר, דורך זיך מקבל זיין מהיום והלאה נאר צו דינען דעם אייבערשטן בלב שלם.

ידיד נפש: הרה''ח ר' שמחה יוזשעף הי''ו, קל מסתתר: הר''ר דניאל דוד שטיינבערג שליט''א. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ג ר' איתמר טובי קויפמאן שליט''א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.

נאכדעם איז דער רבי ארויס און געמאכט קידוש לבנה, און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור א גוטע וואך א גוט חודש, מען האט געענדיגט 7:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגח' כסלו תשפ"ב11/12/2021

באריכט
פרייטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליקים יודא קרויס הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. און די ברית לבן הנולד להרה''ג ר' יואל ברי''ח גרינפעלד שליט''א, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר פישל סופר הי"ו.
ב"ר יואל וויינבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו שליט''א החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי - מתלמידי הישיבה בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א - חדב''ן.

מען האט געזונגען עטליכע נגוני שמחה, עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הישיבה הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א און הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און מכבד געווען די חתן צו זאגן די פשעטל און געוויזן אריינצוזונגען כנהוג, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט''א ( מאנסי).

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ג', און ארומגערעדט איבער די תקנה פונעם מייסד הישיבה רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע אז בחורים זאלן זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונות פון די חברים און מעורר געווען זיך האלטן שטארק און איינהאלטן די תקנה.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
הרה''ג ר' דניאל דוד שטיינבערג שליט''א - ר' מאיר וועזעל הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' יוסף מענדל פרידריך הי''ו - ר' אברהם מאיר מיללער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג מפאר זיין די שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

צום ערשט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו החדש והמפואר "בנין בראך" ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די הונדערטער לומדים וואס זענען געזעצן אין געלערנט אינעם היכל הביהמ''ד הגדול והמפואר, און דערנאך געדאווענט מעריב אין חדר דברי יואל אינעם ביהמ''ד.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו המפואר "בית מנחם צבי ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די הונדערטער לומדים וואס זענען געזעצן אין געלערנט אינעם ריזן היכל הביהמ''ד.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שמחת התנאים פון הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אין די זאלן פון כתר צבי.

צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געווען ביים שמחה די פעטער'ס כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וומסב''ג שליט''א, כ''ק אדמו''ר מקיוויאשד שליט''א, כ''ק גאב''ד ציעשנוב שליט''א, הגה''צ אב''ד נעפלעמיץ שליט''א, און נאך.

במשך די שמחה האבן אויפגעטרעטן דער זיידע פונעם חתן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א ראה''כ אברכים, און הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך מכבד דעם זיידע הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א צו ליינען די תנאים.

דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און מכבד געווען די חתן צו זאגן די פשעטל און געוויזן אריינצוזונגען כנהוג.

ביים ענדיגן איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב, מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגז' כסלו תשפ"ב11/11/2021

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת התנאים פון הכלה נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בת הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א, מיט החתן בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב חתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.

די שמחת התנאים קומט פאר אין די זאלן פון כתר צבי אין וומסב''ג בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.

מארגן פרייטאג קומט פאר די מסיבת לחיים לרגל די קישור החיתון פון נכד מרן רבינו שליט"א החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי ממציוני תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א חדב"ן, מיט הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער.

די מסיבת לחיים קומט פאר נאך שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
מיטוואך פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה "שיעור ד'". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אשר אנטשיל זאלדאן הי"ו.
ב"ר ברוך שווארץ הי"ו.
ב"ר חיים יוסף שמשון שמאיע הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די ראשי הישיבה פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע תלמידים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס ווי רבינו שליט''א האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פונעם מסע קודש ושבתי לעיר האבות סיגוט און ארומגערעדט פון די נסיעה און פון די נסיעות און די פארגאנגענע יארן אזוי אויך פון די נסיעות דורך אביו רביה''ק בעל ברך משה זי''ע.

ביים ארויסגיין האט דער ראש ישיבה הרה''ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט''א איבערגעגעבן א גריס פארן רבין פון קהלתינו הק' אין לעיקוואד ווי ער האט געוויילט פארגאנגענעם שב''ק ובפרט פון בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו - ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו - ר' יואל הערש הערשקאוויטש הי"ו.
הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט''א - ר' יואל בהגרא''ד קארנבלי הי"ו.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךו' כסלו תשפ"ב11/10/2021

באריכט
דינסטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם שמעון אפענהיים הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר מיכל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר חיים אליעזר ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ט'.

דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג, און דער רבי איז אריבער מנחם אבל זיין בני הגה''צ ר' משה גראס זצ''ל אבדק''ק שארמאש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:15.

צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הרב יעקב מייער הי''ו מתעסקים ווי רבינו שליט''א האט געבענטשט מטבעות וואס וועלן פארטיילט ווערן פאר די יתומים.

אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' ישראל בר"ב גאלדבערגער הי''ו פון בארא פארק, רבינו שליט''א האט אריינגעשריבן דעם ערשטן אות און געוואונטשן ברכות קדשו.

ארום 10:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאכן זמן כניסה איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הנגיד ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו מגדולי נדבני בנין החדש לבית חינוך לבנות 'בנות ארץ ישראל בית פיגא', במוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו, לרגל נישואי בנו החתן ני"ו, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימות שטרות אויף א זכות אדיר וואס ר' חיים יודא האט אפגעקויפט אינעם פראכטפולן בנין החדש, רבינו שליט''א האט גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג