בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ב כסלו תשפ"ב11/16/2021

באריכט
מאנטאג פר' וישלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל", נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ז' פסוק ב'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' אשר אנטשיל זאלדאן הי"ו - ר' יואל ב''ר קאפל שעהנברוין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יחזקאל דוב באנדא הי''ו - ר' מאיר אברהם גראס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יחזקאל שרגא פערלמוטער הי''ו - ר' יחזקאל הערשקאוויטש הי''ו, באולם קרן ויואל משה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:40.

ארום 8:10 איז האדמו''ר מסאדיגורא שליט''א געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש. צום ערשט האט ער איבערגעגעבן א גרוס פארן רבי'ן פון קהלתינו הק' באנטווערפען ווי דער סאדיגורא רבי פלעגט וואוינען נאך די חתונה, און איבער דער פראכטפולער בנין ביהמ"ד וואס איז א תל תלפיות פאר די גאנצע שטאט. דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער צדיקי בית סאדיגורא און איבער דעם קשר עליון פונעם הייליגן ישמח משה זצ"ל מיט'ן הייליגען רוזשינער זצ"ל. רבינו שליט''א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. דערנאך האט האדמו''ר מסאדיגורא איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א מתנה א ספר פון אביו זצ''ל און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו 'לב אהרן' חלק אגדה און דרושים. דערנאך האט אים רבינו שליט''א ארויסבאגלייט ביז די גאס.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
הר''ר נטע מרדכי קויפמאן שליט''א - הר''ר אורי יודא קויפמאן שליט''א.

ארום 10:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 11:00 איז געווען אויף א ביקור קודש ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, אויך איז אנוועזנד געווען הגה"צ הדומ"ץ שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס. צווישן אנדערע ענינים האט מען ארומגערעדט איבער די נייע אידישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און דערנאך ארויסבאגלייט ביז די גאס.

ארום 11:45 איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אויף א ביקור גומלין ביי האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים טאגער הי"ו אין קרית יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן רוזשינער זצ"ל. דערנאך האט האדמו"ר מסאדיגורא מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן סאדיגורער רבי און פארן בעל אכסניא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.04K