בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגח' כסלו תשפ"ב11/12/2021

באריכט
דאנערשטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט''א ( מאנסי).

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ג', און ארומגערעדט איבער די תקנה פונעם מייסד הישיבה רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע אז בחורים זאלן זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונות פון די חברים און מעורר געווען זיך האלטן שטארק און איינהאלטן די תקנה.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
הרה''ג ר' דניאל דוד שטיינבערג שליט''א - ר' מאיר וועזעל הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' יוסף מענדל פרידריך הי''ו - ר' אברהם מאיר מיללער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג מפאר זיין די שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

צום ערשט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו החדש והמפואר "בנין בראך" ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די הונדערטער לומדים וואס זענען געזעצן אין געלערנט אינעם היכל הביהמ''ד הגדול והמפואר, און דערנאך געדאווענט מעריב אין חדר דברי יואל אינעם ביהמ''ד.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו המפואר "בית מנחם צבי ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די הונדערטער לומדים וואס זענען געזעצן אין געלערנט אינעם ריזן היכל הביהמ''ד.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שמחת התנאים פון הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אין די זאלן פון כתר צבי.

צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געווען ביים שמחה די פעטער'ס כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וומסב''ג שליט''א, כ''ק אדמו''ר מקיוויאשד שליט''א, כ''ק גאב''ד ציעשנוב שליט''א, הגה''צ אב''ד נעפלעמיץ שליט''א, און נאך.

במשך די שמחה האבן אויפגעטרעטן דער זיידע פונעם חתן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א ראה''כ אברכים, און הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך מכבד דעם זיידע הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א צו ליינען די תנאים.

דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און מכבד געווען די חתן צו זאגן די פשעטל און געוויזן אריינצוזונגען כנהוג.

ביים ענדיגן איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב, מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 793