בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"א כסלו תשפ"ב11/15/2021

באריכט
זונטאג פר' וישלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר מאיר מנחם טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יקותיאל מרדכי צבי הויער הי"ו.
ב''ר אברהם מתתי' קאהן הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ז' פסוק ב'. און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער אויפן וועכנטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת און אין די מצה בעקעריי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל, דער רבי האט געדאווענט מנחה און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

שפעט נאכמיטאג איז געקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש דער יוניידעט סטעיט סענאטאר פון ניו יארק טשאק שומער אינאיינעם מיט העסקן הרב עזרא פריעדלענדער און באגלייטונג פון הנהלת המוסדות והקריה בקר''י, ווי מען האט ארומגערעדט איבער פעילות לטובה וואס ער טיט לטובת דעם היימישן ציבור, און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די פילע לייסטונגען לטובת די חרדישע אידנטום בכלל און די שטאט קרית יואל בפרט.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו - ר' ישראל דוב רייך הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' ישעי' מאיר בלייך הי''ו ( וומסב''ג) - ר' רפאל עקשטיין הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען בשמחת השבע ברכות בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז פארגעקומען אינעם גרויסן שאטער פארנט פון ביהמ''ד הגדול דשיכון סקווירא.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן און מחותנים, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 9:00 ביז 12:15.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון החתן דוב אלתר ברוך גפן - משב''ק, ב''ר אברהם יושע הי"ו מיט הכלה בת ר' פנחס פראנקל הי"ו, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם געוואונטשן פארן חתן ומחותנים.

ארום 11:30 איז געקומען אויף א באזוך הגה''צ ר' יוסף משה דוב האלבערשטאם שליט''א רב חסידי צאנז אין אמעריקע בן כ''ק אדמו''ר מצאנז ארה''ק שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל התמנותו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע תורה'דיגע שמועס און דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און דערנאך געגעבן א מתנה דעם ספר לב אהרן.

ארום 12:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️