"פיבערהאפטיגע הכנות אין קרית יואל צום פייערליכן מעמד הדלקה קומענדיגן דאנערשטאג אמור ליל 'ל"ג בעומר' במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל בראשות כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א"
מאסיווע הכנות אין שוואונג דורך הנהלת הקהלה קרית יואל, ראשי עסקנים אין העפטיגע זיצונגען צו אויסארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, מעמד קודש וועט אפגעראכטן ווערן תחת כיפת הרקיע אויפן ריזן שטח הענקי צווישן ביהמ"ד הגדול און מבצר הכוללים - פלאץ וועט אויסגערישט ווערן צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור המשתתפים - ספעציעלע פלעצער פאר פרויען לענגאויס גארפילד ראוד פון העיס קארט ביז נאכן קאמיוטער פארקינג לאט -לאור המצב וועט מען זיך האלז צו אלע רעגירונג מאסנאמען-
-צענדליגע חאלאקעס וועלן פארקומען דורכן רבין עלטערן פון חאלאקע קינדער ווערן געבעטן זיך צו פארבינדן אויף 845-774-4040 #800
-פארקינג צענטערן דעזיגנירט ביי ביידע זייטן אריינגאנג צו קרית יואל און ספעציעלע שאטעל-טראנספארטאציע וועט פון דארט פירן דעם מאסן ציבור צו און פונעם מעמד ההדלקה
-באסעס וועלן קורסירן ארום קרית יואל צו פירן דעם ריזן ציבור צום מעמד תושבי קרית יואל ווערן געבעטן צו לאזן די קארס אינדערהיים און קומען צו פיס אדער מיט די שאטעל באסעס
-אפצוקויפן גרעסערע זכותים פונעם מעמד לכבוד התנא האלוקי רשב"י קען מען זיך פארבינדן צו הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול אויף 845-537-0870- אדער צו מוה"ר שלמה מנשה פארגעס הי"ו 845-200-0691.
-מער פרטים און פונקטליכע טראפיק און פארקינג מאפע וועט נאכפאלגן.
למען רבוא רבבן חז ונהרי אש
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday2 Iyar 57814/14/2021
Video
נעכטן דינסטאג האט -ווי געמאלדן- באזיכט בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש האדמו"ר המקובל הרה"צ רבי יאשיהו פינטו שליט"א -הויפט רב פון מאראקא, ביי די באזיך האט די מקובל איבערגעגעבן פארן רבין זיינע ספרים 'חזון יאשיהו' -8 בענדער, און די רבי האט אויך געשאנקאן פארן מקובל 8 בענדער פון ספריו הקדושים 'לב אהרן' עס האט זיך פארצויגן א שמוס איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקרית יואל, דערנאך האט זיך די מקובל פארשפארט מיטן רבין אויף א פריוואטע שמוס, נאכן באזיך איז די רבי ארומגעפארן מיטן מקובל אויף די גאסן פון קרית יואל -ווי די רבי האט אים צוגעוויזן די בניני המוסדות פון די 'תלמיד תורה' און 'בית רחל' און די 'בניני המתיבתא הקדושה' און עקסטער די אנגייענדע ארבעט ביים 'שכונת ויואל משה', דערנאך האט די רבי באזיכט מיטן מקובל אינעם בית השחיטה המהודרת דקהילתינו הק' און דערנאך זיך נאכאמאל פארשפארט מיטן מקובל אויף א קורצע צייט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday30 Nissan 57814/12/2021
Report
כ"ק אדמו"ר מדשונסקיא שליט"א האט נעכטן באזיכט בבית מדרשינו החדש והמפואר בנין בראך אויף בעדפארד פארק אין וויליאמסבורג וועלעכע איז אויסגעשטיגן אלס די צענטראלע מקום תורה ותפילה אינעם געגענט, די רבי האט קובע מזוזה געווען און זיך אומגעקיקט אינעם גאנצן ביהמ"ד און באגלייטונג פונעם נדבן הביהמ"ד בונה ומקים עולמה של תורה הרבני הנגיד ר' אברהם בראך, און דערנאך געדאווענט מעריב אינעם ביהמ"ד און געפראוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט אויך אויפגעטרעטן די רב הביהמ"ד הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday27 Nissan 57814/9/2021
Report
מתוך דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט ביים צענטראלן סעודת הילולא פון אביו רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע איבער די מלחה און די גזירת החינוך אין ניו יארק.
אין ענין פון גזירת החינוך דא אין ניו יארק, מען קען זאגן געלויבט די הייליגע באשעפער סאיז דא א שינוי לטובה!! מהאט אנגעבינדן א קשר מיט די רעגירונג אינסטאנצן מהאט זיי אנגעהויבן מסביר זיין וואס סמיינט אידישע חינוך, ב"ה סאיז דא א אוזן קושבת! זיי הערן שוין! זיי קיקן שוין מיט א בעסערע אויג! 'אז אונזער חינוך איז א גיטע חינוך, געלונגענע חינוך, און מען דארף גארנישט פארעכטן! זיי הייבן אן צו פארשטיין אז מען דארף זיך רעכענען מיט די תוצאות פונעם חינוך, די פירות פונעם חינוך, וואס מען זעט אז דעי וואס קומען ארויס און שטעלן אויף הייזער זענען מצליח אין לעבן! זיי זענען מצליח אין מסחר! אין פרנסה! און האבן א געליקליכע לעבן! זיי הייבן אן צו הערן!!
עס איז דא א גרויסע מעגליכקייט מיטן אייבערשטנס הילף אז מען וועט מבטל זיין די גזירה 'אן משנה זיין דעם דרך החינוך אפילו א כל שהוא' און אן גיין אין קאורט
יעדער פארשטייט אוודאי אויב מען מיז גיין אין קאורט מיז מען גיין, אבער 'קיין שום קאורט איז נישט זעכער צו מען וועט געווינען צו חלילה פארלירן' "מען וועט זיך אנשטרענגן אז מזאל נישט צוקומען צו גיין אין קאורט" מען דארף נאך אסאך ס"ד אז מען זאל מצליח זיין אין דעם, די אייבערשטער זאל העלפן און זכות פון די צענדליגע טויזענטער תשב"ר און זכות פון די מייסדי המוסדות זאלן ביישטיין דא אין גלות אמעריקא אז מען זאל קענען מחנך זיין אלע אידישע קינדער חינוך הבנים וחינוך הבנות אויף די דרך וואס מען האט מקבל געווען "אן א שים שינוי".
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מתוך דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט ביים צענטראלן סעודת הילולא פון אביו רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע איבער די "הרחבת גבולי הקדושה" בקהילתינו הק'
"גלויבט די הייליגע באשעפער די גבולי הרחבת הקדושה בקהילתינו הק' ווערט פארברייטערט און פארשטערקערט און פארגרעסערט און אלע מקומות"
דא אין 'קרית יואל' האט מען דאס יאר מחנך געווען א נייע בנין, א בנין חדש ומפואר פאר די 'בית רחל' און א נייע בנין א הערליכע בנין פאר די 'תלמיד תורה', דאס ביהמ"ד דא איז פארברייטערט געווארן, אויך אנדערע בתי מדרשים אין די שטאט דא אין ק"י ווערן פארברייטערט און פארגרעסערט.
אין 'וויליאמסבורג' איז נתחנך געווארן 2 נייע בתי מדרשים 'הערליך' -דאס ווארט הערליך איז נישט גענוג- 'מפואר מאד' סאיז נתרבה געווארן די לומדי תורה /מתפללים שבת ויו"ט און אינדערוואכן.
אין 'קרית יואל' בויעט זיך א נייע בנין פאר די ת"ת א 'בנין גדול מאד' חוץ פון דעם בויעט זיך א נייע בנין פאר א ישיבה קטנה. אין 'וויליאמסבורג' בויעט זיך אויכעט גרויסע שיינע הערליכע בנינים סיי פאר די ת"ת און סיי פאר די ישיבות! מהאפט אי"ה בקרוב דאס צו ענדיגן -בנינים מפוארים מאד!
ב"ה סוואקסט די מוסדות איבעראל!! 'קיקט אויס ווי מען וועט דארפן אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג צושטעלן נאך ישיבה קטנות!! ב"ה סוואקסט!! "מען וועט דארפן צושטעלן נאך ישיבות".
פון 'לאנדאן' הערט מען זייער גיטע שמיעות, די הצלחה פון די 'ישיבה' די הצלחה פון די 'היכל הלימוד' גלויבט די הייליגע באשעפער סאיז מלא וגדש מיט לומדי תורה! אין דאס איז אונזער שיינקייט!!
אין 'בארא פארק' איז ב"ה אויך דא גרויס הצלחה סאיז נתחנך געווארן א שיינע בנין אין סטעטנ"ד איילענ"ד פאר די ישיבה, 'כה לחי' סוואקסט און סבליהט!!
אויך אין 'מאסי' הרחיב ה' לנו בחינוך הבנות ווי מען וועט בקרוב בויען בס"ד א שיינע בנין!!
אויף די אלע שמיעות טובות דארף מען מאכן די ברכה 'הטוב והמטיב' מען זעט די גרויסע כח פון די פעטער ז"ל די מייסד הקהילה והמוסדות, די גרויסע כח פון די טאטע ז"ל וואס האט משקיע געווען געוואלדיגע כוחות, סאיז עושה פירות סווערט נתרומם קרן התורה לכבוד שמו יתברך!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday26 Nissan 57814/8/2021
Report
תאו והתכנשו להילולא דרבי
יומדהל"ק 7:00 נאכמיטאג וועט די רבי אריינקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש און יורד זיין לפני התיבה,
7:00 וועט פארקומען די צענטראלע סעודת הילולא וסיום הש"ס בראשות בנו הגדול מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במעמד אלפי אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, סעודה הילולא רחבה מוכן לכל הקהל הקודש.
ארום 7:30 וועט די רבי אריינקומען און מעריך זיין שלחנו הטהור, און מאכן די סיום הש"ס און משמיע זיין דברות קודש במשנתו הטהור פונעם בעל הילולא. מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ אוף קול סאטמאר בעק-אפ נאמבער 339-207-8688 ווי עס ווערט צוגעשטעלט טויזענטער ליינס.
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
רחמנא אידכר לן זכותיה דמשה רעיא מהימנא
יומא דהילולא קדישא 'כ"ו ניסן' של אבינו רועינו מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זיעוכי"א בצל הקודש פון בנו הגדול ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
תפילת שחרית ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות בבית מדרשינו הגדול קרית יואל בשעה 9:30, פארן דאווענען וועט די רבי צינדן 5 ליכט און דערנאך יורד זיין לפני התיבה, נאכן דאווענען וועט פארקומען די 'מסיבת לחיים' בהיכל הביהמ"ד ברוב עם ווי די רבי וועט משמיע זיין דב"ק דברי הכנה לפני עלי' לציון הקדוש. ארום 11:30 וועט די רבי פוקד זיין די ציון הקדוש ברוב עם ווי די רבי וועט פארזאגן די תהילים כנהוג און דערנאך די יהו"ר און קדיש, דערנאך וועט די רבי ליינען די קוויטליך און די ציבור וועט זינגן ניגוני התעוררות, "פועלטס אלעס גוטס!!" מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ פון שחרית /מסיבת לחיים /עלי' לציון אוף קול סאטמאר בעק-אפ נאמבער 339-207-8688
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday25 Nissan 57814/7/2021
Report
נעכטן דינסטאג פארנאכטס אין וויליאמסבורג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בביהמ"ד האניפאלי ווי די רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מראצפערט בארזיל שליט"א ע"פ אמו הרבנית הצדיקת מראצפערט בארזיל ע"ה טאכטער פון הרה"ק ר' זושע'לע מראצפערט הי"ד בן הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, עס איז אויך אנוועזנד געווען אירע איידימער כ"ק האדמורי"ם מקרעטשניף רחובות, מטשערקאס מאנסי, מקארלסבורג מאנטריאל, ומהאניפאלי שליט"א -אירע אייניקילך הגהו"צ מקרעטשניף וומ"ס ומספינק וומ"ס שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמוס איבער די ראצפערטע משפחה און איבער די ידידות פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה מיט הרה"ק ר' זושע'לע מראצפערט הי"ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
רחמנא אידכר לן קימיה דמשה רעיא מהימנא
היינט נאכט כ"ו ניסן געפאלט די 15'טע יומא דהילולא קדישא פון כק מרן רבינו הקדוש והטהור בעל ברך משה זיעוכי"א, טויזענטער אידן וועלן פוקד זיין די ציון הקדוש בבית החיים דקהילתינו הק' אין קרית יואל און זיך אויסגיסן דאס הארץ להפקד בדבר ישועה ורחמים, בבתי מדרשינו איבער די וועלט וועלן פארקומען די יארצייט סעודות, אנ"ש וועלן צינדן ליכט /זאגן תהילים /לערנען משניות /און געבן צדקה לעילו נשמתו הטהורה מרן רבינו משה בן מרן חיים צבי -סדר וזמני ההילולא קדישא בצל הקודש פון בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט נאכפאלגן-
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועכי''א ובפרט לבנו הגדול מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
Tuesday24 Nissan 57814/6/2021
Report
כי תקדמנו ברכות טוב
און די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפצונעמען הגה"צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א אלס רב דבית מדרשינו הגדול החדש והמפואר בלעיקוואד. וועט אויפגענומען ווערן ביים גרויסן מעמד 'חנוכת הבית' פארן ביהמ"ד און די קומענדיגע וואכן.
הגה"צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א איז א זון פון הגה"צ ר' נפתלי פנחס שליט"א דומ"ץ פשעווארסק לאנדאן, איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל וואגשאהל שליט"א אב"ד תפארת משה וויליאמסבורג -חתן הרה"ק מספינקא זי"ע
תשית לראשו עטרת פז
Report
ימים האחרונים של יו"ט פסח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהילתינו הק' קרית יואל.
פרייטאג עש"ק שביעי של פסח 8:05 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד, קבלת שבת ומערבית: הרה"ג ר' יואל מייזליש זון פון כ"ק גאב"ד דקהילתינו מאנטריאל שליט"א, נאכן דאווענען איז מען אריבער וואונטשן גוט שבת גוט יו"ט. 12:15 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור, מען האט געזינגן שלום עליכם ביז מלך תמים דרכו, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, בורא מיני בשמים איז געווען 'אזוב והדשים', סדר המאכלים איז געווען אזויווי שבת, כל מקדש: הר"ר פרץ טובי דייטש פון בית שמש, מנוחה ושמחה: ר' יעקב הערש פר"מ פון וויליאמסבורג, נאך די תורה האט מען געזינגן 'שירה חדשה' און 'ובקעך ים סוף' מען האט אנגעהויבן טאנצן 'ויושע' און די רבי האט געטאנצן בעוז ותעצומות די שירה, מיט בענטשן: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, י-ה אכסוף: הרה"ג ר' מאיר מאיער פון בארא פארק, מען האט אריינגעברענג פירות, עס איז פארגעקומען די שלום זכור ביי ב"ר יחזקאל ווצ"ב, ב"ר אברהם משה קליין, ב"ר יואל ברח"מ גרינפעלד, וב"ר אלימלך קליין, אז ביום השביעי: ר' ישראל הכהן לאנדא פון וומ"ס, מען האט געענדיגט 2:10
שב"ק שביעי של פסח איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית 10:45 די רבי איז צוגעגאנגען 'אלע תפילות' פסוקי דזמרה /שחרית /הלל /מוסף, לרגל די הילולא קדישא פון אביו רבינו הקוה"ט זי"ע דעם דאנערשטאג כ"ו ניסן, ביים ליינען (שירה) האט די רבי געליינט, די רבי האט עולה געווען שישי, און געמאכט א קריאת השם לרגל הולדת הבת ביי הרה"ג יעקב הלל ליכטענשטיין, ר' חיים הערש לאנדא, ור' שלמה אלעזר ניימאן, נאכן ליינען האט מען געזינגן 'קה קלי' ווי די רבי האט געזאגט אז מען קען עס זאגן שבת ווייל סאיז א שבח און נישט קיין תחינה, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית ביי ב"ר יחזקאל ווצ"ב, מען האט געענדיגט 3:20. ביים מיטאג טיש האט די רבי מכבד געווען מיט בענטשן נכדו הב' ישכר דוב בן הגה"צ ר' ברוך. נאכמיטאג 7:25 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה ושל"ש, אפאר מינוט נאכן זמן מעריב אריינגעקומען צו מעריב, נאכן דאווענען איז מען אריבער וואונטשן גוט יו"ט. ארום 12:15 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור בפאליש שע"י הביהמ"ד הגדול, די רבי האט געמאכט קידוש והבדלה, די מצה איינגעטינקן אין זאלץ, און אין די זיפ איז געווען קניידליך, הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס האט געברענגט 'מצה קיגל' און הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל 'מצה כרעמזליך' די רבי האט טועם געווען און געטיילט שריים פארן גאנצן עולם, די זמירות האט די רבי מכבד געווען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנץ ק"י, מיט בענטשן הגה"צ ר' דוד יצחק ווצ"ב שליט"א מו"צ בקהילתינו, מען האט געענדיגט 1:45. אחש"פ איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:00, און צוגעגאנגען צו שחרית און הלל, מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א מען האט געענדיגט 1:50. ביים מיטאג טיש האט די רבי מכבד געווען מיטן פיוט: נכדו הרב יואל אשכנזי בענטשן: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. נאכמיטאג 7:40 איז די רבי אריינגעקומען צו 'מנחה ונעילת החג' נאך מנחה זיך אראפגעזעצט ביים טיש ווי מען האט געזינגן לכבוד יו"ט, משמש ר' יואל קויפמאן האט אנגעגאסן די בעכער די רבי האט געווינטשן לחיים פאר די חברה קדישה און פארן גאנצן ציבור, די רבי האט געזאגט תורה און בסוף דבריו דערמאנט די שווערע תקופה און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן אויף אלע חסדים, ארום 8:50 האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' מען האט איבערגעזינגען 20 מאל, און דערנאך האט די רבי באש קודש פארגעזאגט 3 מאל לשנה הבאה בירושלים, די רבי האט געדאווענט מעריב פארן עמוד לרגל ההילולא קדישא פון אביו רביה"ק זי"ע קומענדיגן דאנערשטאג כ"ו ניסן, נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה און געווינטשן א גוטע וואך פאר די ציבור, מען האט געענדיגט 9:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
משה רעיא מהימנא
מיט א התרגשות דקדושה גרייטן זיך רבבות אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר צום 15'טע יומא דהילולא קדישא פון אבינו רועינו מרן רבינו הקדוש והטהור זי"ע בעל ברך משה, דעם קומענדיגע כ"ו ניסן אנגעהויבן פון מארגן מיטוואך ביינאכט ליל הילולא קדישא און דערנאך דאנערשטאג יודהל"ק וועלן אנ"ש אפרעכטן די סעודת הילולא בבתי מדרשינו איבער די וועלט -גרויסע הכנות קומען שוין פאר בעיר הצדק "קרית מלך רב קרית יואל" ביים ביה"ח דקהילתינו הק' צו קענען אקאמאדירן די רבבות ישראל וועלעכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ און פועלן ישיעות ביים ציון הקדוש, און ביים גרויסארטיגע צענטראלע סעודת הילולא רבתי בבית מדרשינו הגדול, סדר וזמני ההילולא קדישא בצל הקודש פון בנו הגדול מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט נאכפאלגן.
תאו ואתכנשו להילולא דרבי
Monday23 Nissan 57814/5/2021
Report
קאנסטרוקציע ביי בנין האדיר והמפואר ת"ת "בנין קליין" אין קרית יואל הייבט אן מאסיווער געיעג, "סוף קומענדיגן יאר לויפן די מוסדות אויס פון פלאץ!!!"
ביי אן אסיפת הנהלת המוסדות איז מען מחליט ארויסצוקומען מיט א גרויסער 'קאמפיין' פארן בנין הגדול צו דעקן די 5 מיליאן דאלאר וואס וועט נישט זיין געדעקט נאכן פארקויפן אלע גרויסע זכותים, -אויסנאם שריט לאלפים קעש ראפעל אויף $25,000 פאר נדבני בוני הבית -$1,800
באריכט פונעם געהויבענעם מעמד מסירת ראשית הגז ע"י כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ב' דחוה"מ בביהמ"ד הגדול קרית יואל במעמד אלפי ישראל.
ארום 3:30 האט די יו"ר המעמד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים מדייני קהילתינו הק', געעפענט די מעמד בטוב לשונו בבירור עניני ראשית הגז, די ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל קצה מיט הויך-שטאקיגע פארענטשעס מיט זקנים עם נערים וואס זענען געקומען זיך באטייליגן אינעם שמחה של מצוה ברוב עם הדרת מלך, ארום 4:20 האט מען מקבל געווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און מען האט אויסגעבראכן און פייערדיגע ריקודין 'אשר בחר בנו מכל העמים' און מען קען מקיים זיין מצוות ה' ברוב עם, דערנאך האט הגאון הגדול מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א משמיע געווען דעם דבר ה' זו הלכה, דערנאך האבן די בעלי מנגנים פארגעזינגן דברי חריזון, די רבי האט משמיע געווען דב"ק און אנגעהויבן מיט דברי שבח פאר השי"ת אז מען קען זיך צוזאמקומען אין ביהמ"ד "..ספארגעסט זיך נישט וואס איז געווען די מצב פון כלל ישראל היינט א יאר צוריק און ב"ה אז היי יאר קען מען זיך צוזאמקומען און אפרעכטן די יו"ט ..איך וויל געבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער 'ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה' אז מען קען זיך צוזאמקומען.." און דערנאך משמיע געווען לענגערע דב"ק, בטוב טעם ודעת מסביר געווען די הלכות פון ראשית הגז אלע מיני קנינים אא"וו, לויט אלע שיטות פון די גמרא ראשונים ואחרונים, נאך די לענגערע דב"ק האט די רבי אפגעדינגן די מקום פונעם בימה פונעם ראה"ק הרה"ח ר' דוד עקשטיין צו קענען קונה זיין בקנין חצר, און געדינגן פועלים, און געקויפט די כבשים פונעם מוכר, און געמאכט קנין סידור, און דערנאך אראפ צום בימה און געמאכט די קנינים פון משיכה /חצר /הגבהה /ומסירה -מיט די הילף פון די פועלים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אלעס ארום די מצוה פון ראשית הגז וגודל מצותה, און בתוך דבריו מקבל געווען בברכת 'ברוך הבא בשם ה' דעם כהן הגה"צ רבי בנציון הכהן שטראססער שליט"א אבדק"ק נייטרא בארא פארק "..וואס איז פון די חשובסטע רבנים אין בארא פארק" און דערמאנט אז דעי כהן איז געקומען יו"ט פסח "..אבער סאיז שוין דא א קשר מיט דעם כהן צו יו"ט פסח אסאך יארן, ער איז געווען פון די ערשטע רבנים וואס האבן פארשטאנען אז די ווייץ איז א פראבלעם און ער איז מיטגעקומען קיין אריזאנע שניידן ווייץ שוין אסאך יארן צוריק.." און דערנאך געווינטשן ברכות לרוב פארן כהן, און ממשיך געווען דב"ק בהלכות נתינות מתנות כהונה און איבער מאכן א ברכת שהחיינו, נאך די 2'טע דב"ק האט די רבי א לענגערע צייט פון איבער א האלבע שעה געשניטן די וואל פון די כבשים 'מצוה בו יותר מבשליחו' אליין אן קיין שליח מיט א ברען און א קאך פארן מצוה, בשעת די מנגנים האבן געזינגען נגוני התעוררות ושמחה בקיום המצוות, ביים ענדיגן האט זיך די רבי ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודין פאר עטליכע מינוטין דערנאך האט די רבי נאכאמאל משמיע געווען דברות קודש איבער די ענין המצוה ובדברי דרוש ופלפול בקשר מצות ראשית הגז לחג הפסח און איבער גודל השפעתה, און געזאגט אז סאיז נישט נאר משפיע פאר ווער עס איז עס מקיים נאר הנטפל לעושי מצוה הרי הוא כעושה מצוה און עס איז משפיע פאר אלע נטפלי המצוה, און געווינטשן לענגערע ברכות הקודש, די רבי איז ארויס און צוריק אריינגעקומען מלובש בבגד חדש, און געזאגט ברשפי אש קודש די לשם יוחד און געמאכט די ברכה להפריש מתנות ובקול חוצב לאהבות אש די ברכת שהחיינו בשם המלכות, און איבערגעגעבן פארן כהן די ראשית הגז, און אויסגעבראכן און א געהויבענע פייערדיגע ריקוד 'אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו' אז מען האט זוכה געווען מקיים צו זיין א מצוות עשה דאורייתא, דערנאך האט די כהן המיוחס הגה"צ אבדק"ק נייטרא ב"פ אויפגעטרעטן און בתוך דבריו ארויסגעברענגט די זכיה פון אנ"ש פון האבן אזא רבי "א ראש ישיבה פון תורה תורה תורה" וואס האט די "כתר תורה, כתר מלכות, וכתר שם טוב" און דערנאך געבענטשט די ציבור לאלפים מיט 'ברכות כוהנים'. דערנאך האט די יו"ר אויסגערופן 'הגיע זמן מנחה' ומפני קוצר הזמן איז נישט פארגעקומען די מעמד הפייתות פון די גורלות אויף די מתנות כהונה, נאר די רבי האט פארטיילט די מתנות כהונה די זרוע פאר הרה"ג ר' יוסף שטראססער זון פונעם נייטרא ב"פ רב, לחיים פאר הרה"ג ר' בערל הכהן גלאנץ שליט"א, קיבה פאר נכדו הרב נחמן כהנא שליט"א, און זיך נאכאמאל ארויסגעלאזט בשמחה של מצוה און א פייערדיגע ריקוד 'האטס געפועלט אלעס גוטס'.
"די מחזה נורא וואס אלפי אנ"ש האבן מיטגעהאלטן, די שמחה של מצוה, די ברען און קאך צו א מצוה, ווי אזוי א מנהיג ישראל גייט צו צו א מצוה, איז נישט שייך צו באשרייבן פאר ווער עס האט עס נישט געזען,
ועל ידי זה ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday19 Nissan 57814/1/2021
Report
ימים הראשונים של יו"ט פסח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהילתינו הק' קרית יואל.
ביים זמן הדלקה"נ איז די רבי אריינגעקומען צו מעריב בביהמ"ד הגדול און ביי הלל צוגעגאנגען, נאכן דאווען איז די ארויף אויפן ארון קודש און געווינטשן גוט יו"ט, און דערנאך געגאנגען אין מקוה און אהיים, און שטוב האט די רבי געזאגט פקודא בתר דא, און אריינגעקומען צום הייליגן סדר ווי עס האט געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די עבודת הקודש די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' 'כתשולי זיתים סביב אמירת הגדה ודברי תורה מצות הלילה ואמירת הלל בהשטפחות הנפש' במשך די סדר האט די רבי געזאגט 13 מאל תורה, די ערשטע סדר האט די רבי געגעסן די אפיקומן פאר חצות, מען האט געענדיגט ארום 3:30, אין צימער האט די רבי געזאגט שיר השירים. די ערשטע טאג איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית 11:00 און צו הלל צוגעגאנגען, פאר מוסף איז די רבי ארויס און אריינגעקומען מיטן קיטל און צוגעגאנגען צו "טל" בהשתפכות הנפש. "קול רנה וישועה באהלי צדיקים" נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, ויקרא שמו בישראל מאיר נאכן זיידן קאזלאווא רבי זצ"ל, ביים מיטאג טיש איז פארגעקומען די סעודת ברית און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה, מיט בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' שמעון זאב און האט געזינגן די הרחמן, -ביים מיטאג טיש האבן אויך מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר-
"כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה די הייליגע סדר די צווייטע נאכט" די רבי האט געזאגט 13 מאל תורה, ארום 3:30 איז די רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און געציילט ספירה בקול חוצב לאהבות אש, און דערנאך ממשיך געווען די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד הגדול. די צווייטע טאג איז די רבי אריין צו שחרית 11:05, מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הגה"צ דומ"ץ ק"י שליט"א -ביים מיטאג טיש האבן אויך מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר- מיט בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
ותתן לנו ה' אלוקינו חגים וזמנים לששון את יום חג המצות הזה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל 'בדיקת חמץ ויום שריפת חמץ ושבת ערב פסח' בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
דאנערשטאג פארנאכטס 7:30 ליל בדיקת חמץ איז די רבי אנגעקומען בביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז פארגעקומען די מעמד 'שאיבת מים שלנו' ברוב עם הדרת מלך במעמד אלפי תושבי העיר, די רבי האט זיך אראפגעזעצט מען האט געזינגן נגוני התעוררות, די רבי האט געזאגט די לשם יוחד און געשעפט מים שלנו 3 מאל בשעת מען זינגט נגוני דביקת, און דערנאך מכבד געווען די קינדער ורבני העיר צו שעפן, און זיך ארויסגעלאזט און ריקודין ברגשי קודש בשמחה של מצוה, ביים זמן מעריב האט די רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש צו בדיקת חמץ צום ערשט ארומגעלייגט די 10 ברעקלעך אויפן טיש און געמאכט די ברכה באש קודש און ארום די גאנצע שטוב א לענגערע צייט, פרייטאג ארום 8:30 איז די רבי אריין צו שחרית בביהמ"ד הגדול און נאך שחרית פארקויפט די חמץ פארן גוי בחדרו הפרטי, ארום 10:15 איז די רבי אנגעקומען צו שריפת חמץ און פארענט פון ביהמ"ד הגדול און געזאגט די לשם יוחד און אריינגעווארפן די חמץ מיטן לולב אינעם פייער און געזאגט ביידע יהו"ר.
2:45 איז די רבי אנגעקומען אינעם בית האופה בבנין הישיבה קטנה די רבי האט געלייגט מעיל און וואסער און דערנאך געטיילט טייגלעך און פארגעזאגט הלל בהשתפכות הנפש, געוועלגערט און גומר געווען א מצה, און דערנאך זיך אומגעקיקט ביי די אויבנ'עס און די מצות, און גענימען חלה, דערנאך איז די אריבער צום בית האופה אויף דינוב און זיך אומגעקיקט א לענגערע צייט.
ערש"ק 7:55 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צו עריכת השלחן בהיכל השלחנות מיט די בני המשפחה און מיט די חתנים מחוץ לעיר, נאך די כזית חלה האט מען אראפגענומען די טישטעך -די גאנצע עולם האט געגעסן די חלה אויף א עקסטערע טיש- מען האט ממשיך געווען די סעודה מיט פסחדיגע מאכלים כפקודת הקודש, אויפן רבינס טיש איז געווען א שטיקל חלה אין א פאפיר ביז נאכן בענטשן, מיט בענטשן האט די רבי מכבה געווען הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י, נאכן בענטשן האט מען אריינגעברענגט פירות און מען האט געזינגן נגוני שמחה לרגל די שלום זכור פונעם רבינ'ס אייניקיל בן להרב חיים יעקב רוקח.
שב"ק צופרי 6:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, ארום 9:00 איז די רבי אריין בהיכל השלחנות און געמאכט קידוש נאך די אייער-צוויבל געבענטשט און איז ארויס פאר א הפסקה פאר אפאר מינוט, די רבי האט זיך געוואשן צום צווייטן סעודה, נאכן בענטשן האט מען איבערגעגעבן אלע איבריגע חמץ פארן גוי, די רבי האט מבער געווען מן העולם די כזתים פונעם טיש, און אין שטוב געזאגט כל חמירא, נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה וזמירת של"ש ודברי תורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday18 Nissan 57813/31/2021
Report
ראשית גז צאנך תתן לו
היינט יום ד' ב' דחוה"מ קומט פאר די גרויסע מעמד מרומם "מסירת ראשית הגז ושאר מתנות כהונה -הזרוע לחיים והקיבה" -קיום מצות עשה דאורייתא ברוב עם הדרת מלך בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א- קומט פאר בהיכל בית מדרשינו הגדול בקרית יואל, ווי די ביהמ"ד וועט ווערן אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן די ציבור לאלפים זקנים עם נערים, מיט הויך-שטאקיגע פארענטשעס, און מיט ספעציעלע פלעצער פאר רבני ודייני קהילתינו הק' און פאר די חברי אהבת קדומים,
סדר המעמד המרום: "ונתן לכהן את הקודש" 'מסירת ראשית הגז ומתנות כהונה': ע"י עט"ר הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, 'קבלת ראשית הגז': ע"י כהן מיוחס הגה"צ רבי בנציון הכהן שטראססער שליט"א אבדק"ק נייטרא בארא פארק, 'דברי פתיחה': הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מדייני קהילתינו הק', 'דבר ה' זו הלכה': הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א, 'דברות קודש': כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בגדרי קיום המצוה וחביבות המצוה וגודל השפעתה.
מטעם די עסקנים ווערט געבעטן נישט מיטצוברענגן יונגערע קינדער צוליב דעם וואס די מעמד וועט זיך פארציען פאר בערך 3 שעה אנגעהויבן פון 3:30
Friday13 Nissan 57813/26/2021
Report
זמנים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בימי החג הבעל"ט, זמן מנחה וקבלת שבת ווי יעדע וואך א 3/4 שעה נאכן זמן, 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור בהיכל השלחנות ווי עס וועלן מיטעסן די משפחת הממלוכה און די הונדערטער חתנים וועלעכע קומען מיטהאלטן די סדר, שחרית 6:15, אום 11:30 וועט זיין די מעמד "עסק התורה" פון 3 שעה רצופות בקהילתינו הק' איבער די גארער וועלט עפ"י קריאת הקודש, מנחה וזמירת של"ש 7:00, שחרית ביידע טעג יו"ט ארום 10:30, "די הייליגע סדרים וועלן מיטעסן די הונדערטער חתנים פון אנ"ש תלמידי ישיבתינו הקדושות" אזוי אויך די יו"ט סעודות אלע חתנים וועלעכע קומען מיטהאלטן די סדר, די צווייטע נאכט וועט די רבי אריינקומען צו ספירה בביהמ"ד הגדול ארום 4:00 פארטאגס און דערנאך ממשיך זיין די זמירות פונעם סדר אינעם פאליש שע"י הביהמ"ד. חג כשר ושמח!
Report
דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם חוה"מ סוכות ביים עריכת שלחן הטהור אישפוזא דמשה בסוכה שע"י בביתו נאוה קודש וואס איז מיטגעהאלטן דורך אלפי אנ"ש דורך א לייוו הוק-אפ -איבערן אפשטיפן די מעמד 'ראשית הגז' וואס האט געדארפט פארקומען פארגאנגענעם חוה"מ סוכות:
"..אידישע קינדער דארפן האבן רחמי שמים מדארף נישט צו זאגן יעדער איינער ווייסט די מצב אויף דער וועלט ס'ליידער דא א ביטערע מחלה וואס ס'גייט ארום מ'האט געמיינט מ'האט געהאפט מ'האט מתפלל געווען אז דעי מחלה זאל אפגעטוען ווערן פון כלל ישראל -ס'געווען א שטיק צייט א פארבעסערונג אידישע קינדער האבן געדאנקט דעם הייליגן באשעפער פאר די חסדי שמים- אבער ווי מען זעהט יעצט די מצב 'די תפילה און בקשה אבינו מלכינו מנע מגיפה מנחלתיך אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמיך' זייער א הייליגע תפילה און זייער א וויכטיגע תפילה א בקשה צום הייליגן באשעפער דער רופי חולי ישראל ער זאל זעהן אז יודישע קינדער זאלן זיין געזונט
"ס'הערשט א סכנה אז די רעגורונג אינסטאנסאן זאל אפשפארן בתי מדרשיות אפשפארן ישיבות פארשפארן די תלמיד תורות די בתי חינוך לבנות" אונז זענען נאך יעצט און א מצב פון "לעולם יקדים אדם תפילה לצרה" מקען נאך יעצט מתפלל זיין און מען דארף מתפלל זיין אויף דעם סזאל נישט צוקומען צו דעם אז די רעגורונג זאל אפשפארן בתי מדרשות ישיבות ת"ת בתי חינוך אידישע קינדער זאלן קענען דאווענען כראוי די חיצונים זאלן נישט קענען מעכב זיין תפילות ישראל מדארף אסאך מתפלל זיין אויף דעם
ס'איז אביסל פארשטערט די יו"ט אז מען קען זיך נישט צוזאמ-קומען לכבוד די אישפוזין פון משה רבינו סאיז ווייטאגליך מדארף אבער דאנקען די באשעפער אז מען קען זיין אינדערהיים און מאיז געזונט און מהאט א שמחת יו"ט אינדערהיים מהאמיר נישט געהאט קיין ברירה מהאט געמוזט ליידער מבטל זיין היי יאר די שמחת בית השואבה לכבוד די אישפוזין עילאון היינט און מארגן און איבער מארגן
"מהאמיר געמוזט מבטל זיין -סגעווען געפלאנט אויף מארגן זייער א שיינע מעמד פון א הייליגע מצוה פון "ראשית הגז זרוע לחיים והקיבה" א זעלטענע מצוה מהאט עס געוואלט מקיים זיין ברוב עם הדרת מלך במעמד א ציבור פון אידישע קינדער וואס פרייען זיך במצוות השם סוואלט געווען א שמחת יו"ט פאר אסאך אידן -אבער צוליב דעם מצב וואס מזעהט א גרויסע הקפדה פון די רעגורונג האט מען נישט געהאט קיין ברירה "און מען האט מחליט געווען אז מען וועט עס אפשטיפען אויף א צווייטע געלעגענהייט" דעס קען מען אפשטיפען אויף א צווייטע געלעגענהייט.
האף מיר אבער בעז"ה אז די תפילות ישראל הושענא רבא שמינו עצרת און שמחת תורה זאל אדורך גיין אומגעשטערט
די אייבערשטער זאל העלפן ער זאל מקבל זיין די תפילות ישראל בכל מקום שהם אלע אידישע קינדער זאלן זיין געזונט און דעי וואס זענען נישט געזונט זאלען האבן א רפו"ש מזאל מיר אלע זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה א גוט געבענטשט יאר א שנת גאולה וישועה בביאת גואל צדק בב"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
קאנסטרוקציע ביי בנין האדיר והמפואר ת"ת "בנין קליין" אין קרית יואל הייבט אן מאסיווער געיעג, "סוף קומענדיגן יאר לויפן די מוסדות אויס פון פלאץ!!!"
ביי אן אסיפת הנהלת המוסדות איז מען מחליט ארויסצוקומען מיט א גרויסער 'קאמפיין' פארן בנין הגדול צו דעקן די 5 מיליאן דאלאר וואס וועט נישט זיין געדעקט נאכן פארקויפן אלע גרויסע זכותים, -אויסנאם שריט לאלפים קעש ראפעל אויף $25,000 פאר נדבני בוני הבית -$1,800
כידוע בספרים הקדושים די גרויסקייט און די השפעות פון שאיבת מים שלנו בשמחה של מצוה ברוב עם הדרת מלך וועט פארקומען היינט יעצט פארנאכטס ליל בדיקת חמץ די מעמד "שאיבת מים שלנו" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעמד אלפי תושבי ק"י על פני רחבת בית מדרשינו הגדול קרית יואל, די 'בימת הכבוד' וועט זיין אויף די טרעפ פונעם ביהמ"ד, און אויף די זייטן וועט זיין אויפגעשטעלט הויך שטאקיגע פארענטשעס -די גאנצע ציבור וועט קענען דורכגיין שעפן מים שלנו אנגהויבן פונעם שקיעה, -ארום 7:50 וועט די רבי ערשיינען ווי עס וועט געזינגען ווערן נגוני שמחה ודביקות און דערנאך נגוני התעוררות בשעת די רבי הייבט אן די עבודת הקודש, און דערנאך וועט זיך די ציבור משמח זיין 'בתיפום ובמחולות' בשמחה של מצוה, אשר בחר בנו מכל עם!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday10 Nissan 57813/23/2021
Report
שישו ושמחו בשמחת תורה
באריכט פונעם נעכטיגע מעמד 'הכנסת ספר תורה וחנוכת הבית' פאר די נייע "המספיק" ריזארט, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ביים אנקומען האט די רבי 'קובע מזוזה' געווען אויפן שער הבנין, און דערנאך אריינגעשריבן אן אות אינעם ספר תורה אויך האט אריינגעשריבן די נדבן הרבני הנגיד ר' מאיר ווערטהיימער, די רבי האט געטאנצן מיטן תורה אויפן פלאץ און דערנאך הגה"צ הדומ"ץ שליט"א ודייני קהלתינו הק', נאכן תהלוכת הס"ת האט די רבי אריינגעפירט די תורה בהיכל הביהמ"ד און אפגעראכטן די הקפות כנהוג -עקסטער האט זיך די רבי אפגעשטעלט טאנצן און פארענט פון די נישט געזונטע קינדער וואס לערנען אינעם מוסד- און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור, דערנאך האט הנגיד ר' מאיר אינאיינעם מיטן הנהלה געוויזן פארן רבין די בנינים ווי די רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגע קורת רוח, שפעטער איז די רבי ערשינען צום סעודה לגמרה של תורה וחנוכת הבית ווי עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יהונתן שווארץ וועלעכע האט ארויסגעברענגט די רדיפות וואס מאיז אדורך ביים גרינדן די מוסד און די כסדר'דיגע חיזוק פונעם רבי'ן וואס דאס האט געגעבן די חיזוק אנצוגיין, דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסקייט פון אזא מוסד און געוואונטשן ברכות קדשו, נאכן סעודה האט די רבי זיך אומגעקיקט אינעם בנין ביי די קאך אפטיילונג און דערנאך זיך צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש,
מזמור שיר חנוכת הבית
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שבת קודש פרשת ויקרא 'שבת הגדול מוקדם' בצל קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' וויליאמסבורג לרגל חנוכת בנין האדיר בית מדרשינו החדש והמפואר 'בנין בראך' -בעדפארד פארק נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
פרייטאג נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען לבית האכסניא פון ר' מרדכי שלמה בראך ב"ר אברהם העכערן ביהמ"ד החדש. ארום 8:15 איז די רבי אריין צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד, נאך מנחה פאר קבלת שבת האט די רב הקהילה מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט ווערטער לכבוד פתיחת הביהמ"ד בדברי התעוררות בענין מורא מקדש, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים העלער נאך מעריב איז א ריזן ציבור תושבי וומ"ס אריבער וואונטשן גוט שבת פארן רבין, ארום 11:30 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת השלחן הטהור אינעם ביהמ"ד החדש ווי עס איז געווען אויפגעשטעלט הויך- שטאקיגע פארענטשס צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור, 'כל מקדש:' הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א רב שכונת קעסקעיד ודומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין, 'בענטשן:' מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, 'י-ה רבון עלם:' הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א דיין ביהמ"ד בנין געלבשטיין, עס איז פארגעקומען די שלום זכור פון ב"ר מרדכי שלמה בראך בן הנגיד ר' אברהם -נדבן הביהמ"ד, 'אז ביום השביעי:' האדמו"ר מסעליש, מען האט געענדיגט ארום 1:15 שב"ק צופרי ארום 9:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, די רבי האט געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון הרבנית הצדיקת די רעביצין פונעם קדושת יו"ט ע"ה, 'פסוקי דזמרה:' רב הביהמ"ד הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגן, נאך הויעך שמו"ע פאר קדיש תתקבל האט די רבי פארגעזאגט די יוצרות לשבת הגדול, 'הוצאה והכנסה:' הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך זון פונעם פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א, 'פסוקי שמע ישראל:' דיין הביהמ"ד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, "מען האט געליינט אינעם רבינס תורה" שלישי די רב, חמישי הרבני הנגיד ר' אברהם בראך -נדבן הביהמ"ד, שישי די רבי, מפטיר הרבני הנגיד ר' שמואל חיים בראך וועלעכע האט מנדב געווען די ריזן סומע פון $100,000,00 פארן ביהמ"ד, מוסף הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די גרויסע קידוש לרגל פתיחת הביהמ"ד צום ערשט האט אויפגעטרעטן די נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' אברהם בראך, נאך זיין דרשה האט אים די רבי געפרעגט צו ער האט א נייע בגד און געהייסן מאכן די "ברכת שהחיינו בשם המלכות" מען האט געזינגן נגונים לכבוד המאורע, די רבי האט משמיע געווען דב"ק -נאך די דברי תורה לענגערע דברי שבח פונעם נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם וועלעכע האט שוין מנדב געווען 5 ! בנינים אדירים פאר קהלתינו הק' וויליאמסבורג -וואס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי מנדב זיין בתי מדרשים נאר דאס אלעס קומט בזכות פון דעם וואס ר' אברהם האט געהאט די זכיה צו טיען שטארקע פעולות ביים היסטארישן כינוס לשם שמים כינוס כללי במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל זיך מחזק זיין און חזרן די שיטה הקדושה פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעוכי"א נגע פגעי הציונות, און ממשיך געווען "פון דא גייט ארויס א כרוז פארן יהדות החרדית בארה"ק" דעי וואך קומט פאר די בחירות הטמאות "משכו ידיכם מעבודה זרה" מזאל זיך נישט משתתף זיין און נישט עובר זיין אויפן הארבן איסור", נאכן קידוש איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 5:30 איז די רבי אריין בבית מדרשינו הגדול צום דרשת שבת הגדול מעוטף אינעם טלית צום ערשט געזאגט א קורצע תפילה ביים ארון קודש, "מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי" ביים אנהייב פונעם דרשה האט די רבי געזאגט דברי שבח והודאה נאכדעם וואס פאר-יאר האט מען זיך נישט געקענט צוזאמקומען בימי הפסח און ב"ה אז יעצט קען מען זיצן צוזאמען און אפרעכטן די יו"ט כראוי און מקיים זיין די מצוות ברוב עם, די רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי פלפול אינעם סוגיא פון 'תרומת חמץ' און ממשיך געווען בדברי דרוש מוסר ואגדה, לענגערע דברי מוסר בעניני צניעות וקדושה ובפרט פון די טעכנעלאגישע כלים, עניני צניעות לנשים, און שטארקע דברי הכנה ליו"ט פסח ובפרט פאר די עלטערן צו לערנען מיט די קינדער ובעיקר אינעם לאנגן ערב פסח שב"ק, די רבי האט מסיים געווען מעין הפתיחה בדברי שבח והודאה און געוואונטשן ברכות קדשו, דערנאך האט די רבי געפראוועט של"ש בביהמ"ד הגדול און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה.
זה השער לה' צדיקים יבואו בו, גדול יהיה כבוד הבית הזה לרומם קהלתינו הק'