שבת קודש פרשת ויקרא 'שבת הגדול מוקדם' בצל קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' וויליאמסבורג לרגל חנוכת בנין האדיר בית מדרשינו החדש והמפואר 'בנין בראך' -בעדפארד פארק נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
פרייטאג נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען לבית האכסניא פון ר' מרדכי שלמה בראך ב"ר אברהם העכערן ביהמ"ד החדש. ארום 8:15 איז די רבי אריין צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד, נאך מנחה פאר קבלת שבת האט די רב הקהילה מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט ווערטער לכבוד פתיחת הביהמ"ד בדברי התעוררות בענין מורא מקדש, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים העלער נאך מעריב איז א ריזן ציבור תושבי וומ"ס אריבער וואונטשן גוט שבת פארן רבין, ארום 11:30 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת השלחן הטהור אינעם ביהמ"ד החדש ווי עס איז געווען אויפגעשטעלט הויך- שטאקיגע פארענטשס צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור, 'כל מקדש:' הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א רב שכונת קעסקעיד ודומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין, 'בענטשן:' מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, 'י-ה רבון עלם:' הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א דיין ביהמ"ד בנין געלבשטיין, עס איז פארגעקומען די שלום זכור פון ב"ר מרדכי שלמה בראך בן הנגיד ר' אברהם -נדבן הביהמ"ד, 'אז ביום השביעי:' האדמו"ר מסעליש, מען האט געענדיגט ארום 1:15
שב"ק צופרי ארום 9:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, די רבי האט געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון הרבנית הצדיקת די רעביצין פונעם קדושת יו"ט ע"ה, 'פסוקי דזמרה:' רב הביהמ"ד הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגן, נאך הויעך שמו"ע פאר קדיש תתקבל האט די רבי פארגעזאגט די יוצרות לשבת הגדול, 'הוצאה והכנסה:' הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך זון פונעם פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א, 'פסוקי שמע ישראל:' דיין הביהמ"ד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, "מען האט געליינט אינעם רבינס תורה" שלישי די רב, חמישי הרבני הנגיד ר' אברהם בראך -נדבן הביהמ"ד, שישי די רבי, מפטיר הרבני הנגיד ר' שמואל חיים בראך וועלעכע האט מנדב געווען די ריזן סומע פון $100,000,00 פארן ביהמ"ד, מוסף הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די גרויסע קידוש לרגל פתיחת הביהמ"ד צום ערשט האט אויפגעטרעטן די נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' אברהם בראך, נאך זיין דרשה האט אים די רבי געפרעגט צו ער האט א נייע בגד און געהייסן מאכן די "ברכת שהחיינו בשם המלכות" מען האט געזינגן נגונים לכבוד המאורע, די רבי האט משמיע געווען דב"ק -נאך די דברי תורה לענגערע דברי שבח פונעם נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם וועלעכע האט שוין מנדב געווען 5 ! בנינים אדירים פאר קהלתינו הק' וויליאמסבורג -וואס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי מנדב זיין בתי מדרשים נאר דאס אלעס קומט בזכות פון דעם וואס ר' אברהם האט געהאט די זכיה צו טיען שטארקע פעולות ביים היסטארישן כינוס לשם שמים כינוס כללי במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל זיך מחזק זיין און חזרן די שיטה הקדושה פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעוכי"א נגע פגעי הציונות, און ממשיך געווען "פון דא גייט ארויס א כרוז פארן יהדות החרדית בארה"ק" דעי וואך קומט פאר די בחירות הטמאות "משכו ידיכם מעבודה זרה" מזאל זיך נישט משתתף זיין און נישט עובר זיין אויפן הארבן איסור", נאכן קידוש איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 5:30 איז די רבי אריין בבית מדרשינו הגדול צום דרשת שבת הגדול מעוטף אינעם טלית צום ערשט געזאגט א קורצע תפילה ביים ארון קודש, "מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי" ביים אנהייב פונעם דרשה האט די רבי געזאגט דברי שבח והודאה נאכדעם וואס פאר-יאר האט מען זיך נישט געקענט צוזאמקומען בימי הפסח און ב"ה אז יעצט קען מען זיצן צוזאמען און אפרעכטן די יו"ט כראוי און מקיים זיין די מצוות ברוב עם, די רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי פלפול אינעם סוגיא פון 'תרומת חמץ' און ממשיך געווען בדברי דרוש מוסר ואגדה, לענגערע דברי מוסר בעניני צניעות וקדושה ובפרט פון די טעכנעלאגישע כלים, עניני צניעות לנשים, און שטארקע דברי הכנה ליו"ט פסח ובפרט פאר די עלטערן צו לערנען מיט די קינדער ובעיקר אינעם לאנגן ערב פסח שב"ק, די רבי האט מסיים געווען מעין הפתיחה בדברי שבח והודאה און געוואונטשן ברכות קדשו, דערנאך האט די רבי געפראוועט של"ש בביהמ"ד הגדול און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה.
זה השער לה' צדיקים יבואו בו, גדול יהיה כבוד הבית הזה לרומם קהלתינו הק'
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️