בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday13 Nissan 57813/26/2021

Report
דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם חוה"מ סוכות ביים עריכת שלחן הטהור אישפוזא דמשה בסוכה שע"י בביתו נאוה קודש וואס איז מיטגעהאלטן דורך אלפי אנ"ש דורך א לייוו הוק-אפ -איבערן אפשטיפן די מעמד 'ראשית הגז' וואס האט געדארפט פארקומען פארגאנגענעם חוה"מ סוכות:

"..אידישע קינדער דארפן האבן רחמי שמים מדארף נישט צו זאגן יעדער איינער ווייסט די מצב אויף דער וועלט ס'ליידער דא א ביטערע מחלה וואס ס'גייט ארום מ'האט געמיינט מ'האט געהאפט מ'האט מתפלל געווען אז דעי מחלה זאל אפגעטוען ווערן פון כלל ישראל -ס'געווען א שטיק צייט א פארבעסערונג אידישע קינדער האבן געדאנקט דעם הייליגן באשעפער פאר די חסדי שמים- אבער ווי מען זעהט יעצט די מצב 'די תפילה און בקשה אבינו מלכינו מנע מגיפה מנחלתיך אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמיך' זייער א הייליגע תפילה און זייער א וויכטיגע תפילה א בקשה צום הייליגן באשעפער דער רופי חולי ישראל ער זאל זעהן אז יודישע קינדער זאלן זיין געזונט

"ס'הערשט א סכנה אז די רעגורונג אינסטאנסאן זאל אפשפארן בתי מדרשיות אפשפארן ישיבות פארשפארן די תלמיד תורות די בתי חינוך לבנות"
אונז זענען נאך יעצט און א מצב פון "לעולם יקדים אדם תפילה לצרה" מקען נאך יעצט מתפלל זיין און מען דארף מתפלל זיין אויף דעם סזאל נישט צוקומען צו דעם אז די רעגורונג זאל אפשפארן בתי מדרשות ישיבות ת"ת בתי חינוך
אידישע קינדער זאלן קענען דאווענען כראוי די חיצונים זאלן נישט קענען מעכב זיין תפילות ישראל מדארף אסאך מתפלל זיין אויף דעם

ס'איז אביסל פארשטערט די יו"ט אז מען קען זיך נישט צוזאמ-קומען לכבוד די אישפוזין פון משה רבינו סאיז ווייטאגליך מדארף אבער דאנקען די באשעפער אז מען קען זיין אינדערהיים און מאיז געזונט און מהאט א שמחת יו"ט אינדערהיים
מהאמיר נישט געהאט קיין ברירה מהאט געמוזט ליידער מבטל זיין היי יאר די שמחת בית השואבה לכבוד די אישפוזין עילאון היינט און מארגן און איבער מארגן

"מהאמיר געמוזט מבטל זיין -סגעווען געפלאנט אויף מארגן זייער א שיינע מעמד פון א הייליגע מצוה פון "ראשית הגז זרוע לחיים והקיבה" א זעלטענע מצוה מהאט עס געוואלט מקיים זיין ברוב עם הדרת מלך במעמד א ציבור פון אידישע קינדער וואס פרייען זיך במצוות השם סוואלט געווען א שמחת יו"ט פאר אסאך אידן -אבער צוליב דעם מצב וואס מזעהט א גרויסע הקפדה פון די רעגורונג האט מען נישט געהאט קיין ברירה "און מען האט מחליט געווען אז מען וועט עס אפשטיפען אויף א צווייטע געלעגענהייט" דעס קען מען אפשטיפען אויף א צווייטע געלעגענהייט.

האף מיר אבער בעז"ה אז די תפילות ישראל הושענא רבא שמינו עצרת און שמחת תורה זאל אדורך גיין אומגעשטערט

די אייבערשטער זאל העלפן ער זאל מקבל זיין די תפילות ישראל בכל מקום שהם אלע אידישע קינדער זאלן זיין געזונט און דעי וואס זענען נישט געזונט זאלען האבן א רפו"ש מזאל מיר אלע זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה א גוט געבענטשט יאר א שנת גאולה וישועה בביאת גואל צדק בב"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️