בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday3 Iyar 57814/15/2021

Report
אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי

"פיבערהאפטיגע הכנות אין קרית יואל צום פייערליכן מעמד הדלקה קומענדיגן דאנערשטאג אמור ליל 'ל"ג בעומר' במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל בראשות כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א"

מאסיווע הכנות אין שוואונג דורך הנהלת הקהלה קרית יואל, ראשי עסקנים אין העפטיגע זיצונגען צו אויסארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, מעמד קודש וועט אפגעראכטן ווערן תחת כיפת הרקיע אויפן ריזן שטח הענקי צווישן ביהמ"ד הגדול און מבצר הכוללים - פלאץ וועט אויסגערישט ווערן צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור המשתתפים - ספעציעלע פלעצער פאר פרויען לענגאויס גארפילד ראוד פון העיס קארט ביז נאכן קאמיוטער פארקינג לאט -לאור המצב וועט מען זיך האלז צו אלע רעגירונג מאסנאמען-

-צענדליגע חאלאקעס וועלן פארקומען דורכן רבין עלטערן פון חאלאקע קינדער ווערן געבעטן זיך צו פארבינדן אויף 845-774-4040 #800

-העפטיגע צוגרייטונגען דורך קרית יואל פובליק סעיפטי צו קאנטראלירן פארקער איבער קרית יואלע גאסן

-פארקינג צענטערן דעזיגנירט ביי ביידע זייטן אריינגאנג צו קרית יואל און ספעציעלע שאטעל-טראנספארטאציע וועט פון דארט פירן דעם מאסן ציבור צו און פונעם מעמד ההדלקה

-באסעס וועלן קורסירן ארום קרית יואל צו פירן דעם ריזן ציבור צום מעמד תושבי קרית יואל ווערן געבעטן צו לאזן די קארס אינדערהיים און קומען צו פיס אדער מיט די שאטעל באסעס

-פלאטע באסעס וועלן שטיין גרייט תיכף נאכן מעמד אהיימצופירן דעם ציבור לאלפים באזונדערע באסעס וועלן זיין פאר מענער און פאר פרויען,

-אפצוקויפן גרעסערע זכותים פונעם מעמד לכבוד התנא האלוקי רשב"י קען מען זיך פארבינדן צו הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול אויף 845-537-0870- אדער צו מוה"ר שלמה מנשה פארגעס הי"ו 845-200-0691.

-מער פרטים און פונקטליכע טראפיק און פארקינג מאפע וועט נאכפאלגן.

למען רבוא רבבן חז ונהרי אש


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️