בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דינסטאגכ"ד סיון תשפ"ו6/9/2026

באריכט
מאנטאג שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ב'.

בחדרו הפרטי האט רבינו שליט"א צום ערשטן מאל אנגעטוהן די הייליגע תפילין דרבינו תם וועלכע האט נאך באלאנגט פאר זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א ולאחריו רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ולאחריו אביו הגדול רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און איז אויסגעפאלן בגורלו של רבינו שליט"א בעת די חלוקת הירושה.

אין די נאכמיטאג שעות האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט'ן רבי'ן די רבנים המכשירים הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות קר"י ודומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי דקהלתינו וומסב''ג און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר''י, וועלכע זענען ספעציעל אראפגעפארן בשליחת הקודש קיין יומא אריזאנע אינאיינעם מיטן מומחה בעניני חיטים הרה"ג ר' יצחק יעקב כייעם שליט"א וועלכער איז ממונה על משמרת החיטים מטעם קהלתינו הק'. און די מנהלי בית האופה פון קרית יואל און וומסב"ג. לרגל דעם ערשטן "ווייץ שניט" פאר די מצות פראדוקציע שע''י קהלתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ''ז הבעל''ט, די דיינים און מנהלים האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם פעלד זיך גרייטענדיג אנצוהייבן צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע מינוטן, און דער רבי האט איבערגעגעבן עטליכע הוראות והדרכות און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

אין ישיבה זענען אריין בקו''פ א קבוצה לומדי מבצר הכוללים וועלכע זענען יעצט עוסק בהלכות טריפות און האבן אריבערגעברענגט א עוף וועלכע איז היינט געשחט'ן געווארן אינעם בית השחיטה המהודרת און האט פארמאגט דריי פיס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות טריפות און דער רבי האט אויסגעשמועסט עטליכע שאלות וועלכע מאכן זיך פון צייט צו צייט, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די לומדי הכולל.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און איבער דעם מצב פון די גזירת הגיוס בארה"ק, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:10 איז דער רבי אראפ צו די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' גדלי' בר"ב אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' יודא לייב בר"א ווייס הי"ו.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אייזיק ליפא בר"ש ווידער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג קרח אין ביהמ"ד אור לשמים, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

מוצש''ק האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א היושבים ע"פ אמם הרבנית מראחמיסטריווקא עה.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נפתלי שטערן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעפארן קיין ב''פ צו די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' פון ב"פ.
ארום 2:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי איז אריין אין היכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים, דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע. עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א מנה"ר, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו, אויך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א זיידע פון א חתן המקרא.

די קינדער האבן פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יודל ווערצבערגער שליט"א, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער.

דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק לכבוד די חתני החומש נאכזאגענדיג פונעם חתם סופר אז התחלה איז חצי הכול, און דאס איז די גרויסע שמחה ביים אנהייבן לערנען חומש, דאס איז א יו"ט סיי פאר די קינדער און סיי פאר זייערע עלטערן, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום שטח פון בית מדרשינו החדש לב אהרן וועלכע הייבט אין די יעצטיגע טעג אן מיט די פאקטישע בוי ארבעט, דער רבי איז צוגעפארן מיט די קאר און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די חברי וועד קרן הבנין.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו די שטאטישע מקוה טהרה וועלכע איז נארוואס פראכטפול איבערגעבויעט געווארן דורך האחים החשובים ר' מענדל און ר' יחזקאל שרגא גאלדבערגער הי"ו בני הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער הי"ו, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן מקוה אין באגלייטונג פון הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א, און נאך דייני קהלתינו, צווישן אנדערע הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט''א דומ"ץ ביהמ''ד 36 סט. וועלכע איז געשטאנען בראש פון די פראיעקט איבערצובויען די מקוה, און הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א - מגדולי המומחים בעניני מקוואות, און זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע מקוה און אויסגעשמועסט פארשידענע הידורים און חומרות בעניני מקוואות, און צום סוף האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג.

דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פונעם נדבן הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון די מקוה טהרה אין ב"פ וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט געבויעט, און איבער נאך פארשידענע מקוואות טהרות איבער דער גארער וועלט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די נדבנים ובני משפחתם, פאר די אנוועזנדע דיינים שליט"א און פארן גאנצן ציבור.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' שלמה יחיאל פעלבערבוים ע"ה.
ארום 4:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברז"ל אינדיג הי"ו און הרה"ח ר' יוסף חיים פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר יודא שטאלצבערג שליט"א און הר"ר משה אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד לאפיש, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:50 און מעריב ארום 9:50.
נאך מנחה איז דער רבי אראפ צו די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
- הרה"ח ר' יואל וואלף שעהר הי"ו און הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים מאיר עהרנטאל הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה סאנדעל הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ג סיון תשפ"ו6/8/2026

באריכט
ויהי בימי קציר חטים

אין די יעצטיגע מינוטן אום 12 מיטאג (ארטיגע זייגער) כצאת השמש בגבורתו, הייבט'זיך אהן דער יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ פעלדער אין יומע, אריזאונע - מקום שאין גשמים מצויים שם בימות הקיץ - לטובת רבבות אנשי קהלתינו הק', פאר די מצות מצוה אינעם קומענדיגן סעזאן פון חג הפסח שנת תשפ"ז הבעל"ט.

הג"ר יצחק יעקב כייעם שליט"א וואס איז נתמנה געווארן דורך רבינו שליט"א צו זיין דער ממונה ומפקח על משמרת החטים משעת זריעה אהנגעהויבן, פאר די בתי אופה דקהלתינו הק'. אינאיינעם מיט הג"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' וומסב"ג ויו"ר וועד הכשרות דקרית יואל, און הג"ר יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, זענען אראפגעפארן בשלוחת הקודש מפקח צו זיין אויפן שטח און פערזענדליך באגלייטן דעם גאנצן סדר הקצירה ביז נאכן פארפאקן און אפשיקן קיין ניו יארק.
ואתם עמם די ממונים ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.

נאכן אויספרעגן די ספעציעלע שומרים וואס זענען נתמנה געווארן, איבערן קלימאט די לעצטערע וואכן אויפן פעלד, האט מען איבערגעקוקט דעם גיגאנטישן קאמביין מאשין, זיכער צו מאכן אז ס'איז זויבער און טריקן, און מ'האט פארקלעבט אלע פייפס וואס קומען ארויס פונעם מאטאר אויפן קאמביין מאשין, וואס קען טראפן אינעם פעלד בשעתן שניידן.

דערנאך האט מען בודק געווען טויזענטער ווייצלעך פונעם פעלד זיכער צו מאכן אז די ווייצלך זענען מהודרים מאוד בלי שום חשש מצומחות אדער מבוקעות.

דאן האט מען בשעטומ"צ אהנגעהויבן דעם שניט אויפן פעלד, ווען דער גיגאנטישער קאמביין מאשין ווערט געפירט דורך א איד, א' מאנ"ש פון קרית יואל, און בעז"ה וועט מען אין די קומענדיגע פאר טאג שניידן הונדערטער עיקער לאנד פון מהודר'דיגע ווייץ, שמירה משעת קצירה, לשם מצות מצוה.

כחצות היום איידער דער ווייץ שניט איז ארויס אין גאנג, האבן די חשובע רבנים שליט"א זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט רבינו שליט"א קיין קרית יואל, און איבערגעגעבן א באריכט פון אלע פרטים אויפן פעלד, דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגן קורת רוח אז אלעס קלאפט ברוך ה' בתכלית הכשרות וההידור, און האט מאציל געווען ברכת קדשו אויף הצלחה יתירה בלי שום מכשול, ובסייעתא דשמיא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

זונטאגכ"ב סיון תשפ"ו6/7/2026

באריכט
שב''ק פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:25. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' נפתלי אלימלך ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- כל מקדש: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירץ הנער ויגד למשה ויאמר אלדד ומידד מתנבאים במחנה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון גר שנתגייר כקטן שנולד דמו.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' הירצקא פרענקל הי"ו (לאנדאן).
- ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

עובדות וסיפורים די וואך האט דער רבי דערציילט פונעם גדול בישראל בתקופת האחרונים רבי יעקב פאללאק זצ"ל בעל החילוקים וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ג סיון.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הערש רייך הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר אצל ר' שאול ברי"ש בראך הי"ו - תאומים.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' זלמן לייב אינדיג הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישכר בער הירש הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברוין הי"ו (וומסב''ג).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' העניך פריעד הי"ו.
עליות.
- כהן: ר' שלמה חיים ברי"ל כהן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: החתן מרדכי בהר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א - באווארפען.
- שלישי: החתן יצחק ב"ר יואל ברז"ל אינדיג הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן אלטר ישעי' ב"ר יואל ברא"י מערץ הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן הערשל ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יודא אקער הי"ו.
- ר' אברהם יצחק ברמ"ז טייטלבוים הי"ו.
- ר' יואל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
- ר' חיים אברהם ארי' פאלאטשעק הי"ו.
- ר' מאיר פריעדלענדער הי"ו.
- ר' זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן הי"ו.
- ר' יואל ברח"י ווידער הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- אחרון: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
- מפטיר: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' משה לייב הירשלער הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברז"ל אינדיג הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו (ב"פ).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' מענדל וואלף טייטלבוים הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנרות' און געטייטשט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער משפיע געווען סיי חכמת התורה און סיי עשירות, אבער עס קומט מיט א תנאי אז נאר אויב מען איז עוסק בתורה נאר דעמאלטס קען מען זוכה זיין צו עשירות, 'אם אין תורה אין קמח', און מעורר געווען זיך צו קובע עתים זיין לתורה בקביעות גמור און דורך דעם זוכה זיין צו פרנסה בהרחבה גדולה.

- ידיד נפש: הרב הגאון ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג וומסב''ג.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו (ב"פ).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ' סיון תשפ"ו6/5/2026

באריכט
פרייטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יעקב מרדכי לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' עזריאל שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר יואל מאליק שליט"א און הרה"ח ר' יעקב אהרן שלמה ווייל הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' דניאל שמעון אלטמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים פריעדלענדער הי"ו.
- הרה"ח ר' שמואל יוסף עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר מיללער הי"ו.
- הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף דוד יששכר פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' שמעון ברש"ז ברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יוסף גרין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:00 איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' אויף א מסיבת לחיים לרגל נשואי בתו למז"ט, עב"ג החתן נכד דודו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני ארגון 'רינועל' אינאיינעם מיט עטליכע גרויסע דאקטורים פון קאלמביע שפיטאל, הרה"ח ר' מענדל ריינער הי"ו יו"ר רינועל האט פארגעשטעלט די פעולות לטובה, דערביי האבן די דאקטוירים ארויסגעברענגט זייער התפעלות פון כלל ישראל ווי אזויפיל טויזענטער אידן זענען גרייט אוועקצוגעבן זייער ניר פאר מענטשן וואס זיי קענען נישט, נאר כדי צו ראטעווען א נפש אחת מישראל, מען האט אויסגעשמועסט עטליכע שאלות וועלכע זענען עומד על הפרק, אויף וואס דער רבי האט אנגעגעבן הוראת קדשו און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד קרן הבנין פון ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' דקהלתינו הק' ב"פ צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די התחלת הבנויה פונעם ביהמ"ד נאכן ערהאלטן אלע נויטיגע פערמיטן, מען האט פארגעשטעלט פאר רבינו שליט"א די ענדגילטיגע סקיצעס פונעם ביהמ"ד און די פלענער פון די בוי ארבעט.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון הכלה בת הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, עב"ג החתן בהר"ר אלעזר שטיינווארצל שליט"א,
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און פאר די חברי וועד קרן הבנין.

אויפן וועג אהיים נאך די זמני כניסה האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט חתנו האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א היושבים ע"פ אחותו /אמו הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:15, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קריאת השמות ביי כתובה און גיטין און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין. דערנאך ארום 1:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

מיטוואך בהעלותך"

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' טובי' ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ט'.

נאך תפילת שחרית ארום 12:15 איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע אפיסעס פון 'מוסד אהובים' בהנהלת הרה"ח ר' משה שמואל פרענקל הי"ו.
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה שמואל הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות פון א היכל הביהמ"ד בבנין הת"ת החדש וועלכע ווערט געבויעט אויף די געציל בערגער גאס אין קר"י, פארן פאנטאסטישן סכום פון א מיליאן דאלער.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות פונעם מוסד און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בהעלותך את הנרות' און ארויסגעברענגט לשבח פון מוסד אהובים וועלכע טוט אנצינדן די נרות און מאכט ליכטיג אידישע הייזער מיטן געבן די ריכטיגע הילף, און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן פאר זיין גרויסע נדבה פאר די מוסדות הק' און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו - חבר הנהלת המוסדות, דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן בנו הר"ר יואל פרענקל שליט"א (וומסב''ג). ביים ענדיגן איז דער רבי ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין און זיך אומגעקוקט אויף די נייע אפיסעס, מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ און הויכראנגיגע באאמטער אינעם ווייסן הויז 'מארטין מארקס' נאכן אפשטאטן א לענגערע באזוך אין קרית יואל, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט פארגעשטעלט זיינע פילע פעולות לטובת אחב"י למען הכלל והפרט, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם פרעזידענט לטובת די רעליגיעזע געברויכן פון אלע בירגער, און צו די אידן בפרט, צווישן אנדערן האט מען ארומגערעדט איבער די פעולות פון רבינו שליט"א לטובת אחב"י הנתונים בצרה ובשביה ווי מען האט ב"ה אויפגעטוהן פארשידענע פעולות לטובה נאכן באזוכן אינעם אויטיסוויל טורמע און די נאכפאלגנדע באזוך פונעם ווארדען פונעם טורמע בקודש פנימה, מען האט אויסגעשמועסט וויאזוי מען קען פארברייטערן די פעולות לטובה איבער גאנץ אמעריקע און נאך פארשידענע ענינים לטובת אחב"י, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 7:00 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די חופה פון אן אור אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הכלה בת הר"ר חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און פארן חתן, מחותנים, און פאר די חשוב'ע זיידעס כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א און כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק, אויך האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א.
ארום 7:55 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

ביים אנקומען לביתו נאוה קודש ארום 8:30 איז דער רבי אריין אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס זענען אנוועזנד געווען פילע בחורים פון אלע סניפי ישיבות קטנות אין קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדות קרית יואל, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר די גבאים א סעט חידושי תורה מהר"י ט"ב - מסיבות, און פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - מסכת אבות.

דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די נייע תנאים זאלן וועלכע זענען נארוואס פארענדיגט געווארן און איז געווידמעט ספעציעל פאר מחותנים וועלכע מאכן תנאים אין די 24 שעה פון די שידוך, און איז באנייט געווארן צום ערשטן מאל.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' אלכסנדר לאנדא שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד ליזענסק, און הרה"ח ר' ישראל שוארטץ הי"ו.
- הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס הי"ו.
- הר"ר יצחק קויפמאן שליט"א און הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ז סיון תשפ"ו6/2/2026

באריכט
מאנטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך יודא פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אשר ווייס הי"ו.
דער רבי געצינדן לעכט און געזאגט קדיש פאר הודו לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן ליינען צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט אלע קדישים.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ג'.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די הילולא קדישא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך דערציילט עטליכע סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א.

אין די פארמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הישיש רבי משה ברייש שליט"א נשיא כולל חלקת יעקב אין בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון כוללים אמאל און היינט און איבער די הונדערטער אינגעלייט וועלכע לערנען אינעם מבצר הכוללים אין קר"י, דערביי האט רבי משה שליט"א זיך באדאנקט פארן טיפזיניגע סוגיא שיעור וואס דער רבי האט פארגעלערנט אין כולל חלקת יעקב בעת די מסע הקודש אין ארה"ק דעם ווינטער העעל"ט, דער רבי האט אים געגעבן ספרו לב אהרן - חידושי סוגיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דענאפעלי אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט איבערגעגעבן א באריכט איבער די פילע טובות וואס ער האט שוין אויפגעטוהן בעבר פאר אחב"י אין ניו יארק ובפרט פאר תושבי קר"י, און אויסגעשמועסט די פלענער אויפן עתיד לטובת די תושבי קר"י און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א און הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה מרדכי גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יוסף חביב ברא"י מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י כאירה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א - אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, בן כ''ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע נייע ישובים אין ארה"ק, דער רבי האט דורש געווען בשלום אביו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו און הרה"ח ר' אלטר משה קליין הי"ו.
- הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א מסיבת לחיים לרגל די שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו מנהל בית השחיטה המהודרת קר"י וחבר הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם ווייסמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר משה בראך הי"ו.
- ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו.
- ב"ר יואל בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו.
- ב"ר אלי' יעקב זאב בראך הי"ו.
- ב"ר שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר יודא סאנדעל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים דוד פריעד הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי אנגעהויבן צו באנוצן מיטן כסא המלוכה פון אביו הגדול מרן רביה"ק בעל ברך משה זיע''א וועלכע האט אויף דעם בענקל געפראוועט אלפי אנשי שלומינו במשך לאנגע יארן און ממשיך געוועהן ישועות למען הכלל והפרט, און איז אויסגעפאלן אינעם גורל פון רבינו שליט"א אצל חלוקת הירושה פארגאנגענע וואך.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר משה אהרן טייטלבוים שליט"א אב"ד לאפוש מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' צבי זאב הכהן פריעדמאן שליט"א מו"ל ספרי אוצרות יוסף פון הרה"ק רבי יוסף ענגיל זצ"ל און געברענגט פאר רבינו שליט"א צוויי פרישע בענדער אוצרות יוסף וועלכע איז נארוואס ערשינען, דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אין די ספרים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.

ארום 11:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו און הרה"ח ר' עזריאל נפתלי בוקסבוים הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 11:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי צו די שמחת החתונה פון נכד גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א החתן בן לבנו הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, אין די זאלן פון עטרת טשארנא.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:15, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
דערנאך האט האברך ר' משה יהושע ווייס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און מיט גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן די כלה.
ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים קיין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן יחזקאל שרגא ב"ר אברהם משה קליין הי"ו.

ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' אלי' פאסטערנאק שליט"א (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 10:25. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס בארה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- כל מקדש: הרה"ג ר' אברהם ישי קעניג שליט"א רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד.
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב מאיר פריעדמאן הי"ו (אנטווערפען).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

- קה אכסוף: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- ברכת המזון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ט"ז סיון.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת


שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40.
- ברכות: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית. און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב''ג).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' חיים קאהן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי החתן נחמן ב"ר יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: אלטא שרה יהודית נאך די באבע הרבנית ממעלבוירן ע"ה.
- חמישי: החתן דוד ב"ר לוי הערש פאסטערנאק הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
- ר' יואל ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו.
- ר' ארי' ב"ר יוסף ווייס הי"ו.
- ר' יוסף ברל"י געשטעטנער הי"ו.
- ר' אייזיק ליפא ברא"ט ווידער הי"ו.
- ר' שלמה מנשה בר"מ פייערשטיין הי"ו.
- ר' יוסף ברח"מ כ"ץ הי"ו.

- שביעי: החתן יושע ב"ר יואל רייך הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן יחזקאל שרגא ב"ר אברהם משה קליין הי"ו - באווארפען.
- החתן מרדכי ב"ר משה יודא ברד"ש גאלדבערגער הי"ו - באווארפען.
- החתן ליפא ב"ר מאיר פאלקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- החתן אברהם בהר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - באווארפען.
- החתן אפרים פישל בהר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א - באווארפען.
- החתן הערשל ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו - באווארפען.
- החתן יצחק ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו - באווארפען.
- החתן שלום ב"ר משה וואלף קארפען הי"ו.
- החתן אלי' שאול ב"ר אברהם שמעון רייך הי"ו.
- אחרון: החתן משה ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו.
- מפטיר: החתן משה בן הר"ר יואל הערש ליכטנשטיין שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' רפאל עקשטיין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו (וומסב''ג).

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און ארויסגעברענגט אז ביי מתן תורה איז אראפגעקומען א כח צו מגדל זיין ערליכע זוהן און ערליכע טעכטער, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
- בעל תפילה: הר"ר שמעון יאזשעף שליט"א (בית שמש).
- הוצאה והכנסה: הרה"ג רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און געטייטשט אז מען דארף האבן א שטארקע סייעתא דשמיא אז מען זאל קענען ניצל ווערן פונעם יצר הרע ווען ער פרובירט צו צובע זיין עבירות פאר מצוות, אבער אויב מען איז נזהר נאר צו רעדן אמת און נישט קיין שקרים איז מען זיך מדבק אין יעקב אבינו וואס מדתו איז אמת און מיט דעם כח קען מען בייקומען דעם יצר הרע, אזוי אויך ווען מען זיצט ביי של"ס און מאיז מאריך בזמירות ודברי תורה וואס די סעודה איז אנטקעגן יעקב אבינו באקומט מען אויך א קדושה צו קענען בייקומען די כח השקר פונעם יצר הרע.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם חיים גאלדמאן הי"ו (לאנדאן).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

ארום 12:15 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק נאכן וויילן אויף שבק בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

דערנאך זענען אריין בקו''פ רבני וחברי הנהלת חברה מצילי אש דקרית יואל איינצולאדענען צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די היסטאריע און די פולע פעולות לטובה פון מצילי אש במשך די לעצטע פינף און צוואנציג יאר, דער רבי האט געבענטשט מטבעות לשמירה ולהצלחה פאר אלע חברי מצילי אש און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' אברהם ישי קעניג שליט"א רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד נאכן וויילן אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב בערנאטה הי"ו (מאנסי), דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך זענען אריין חברי הנהלת התאחדות אברכים פון קהלתינו הק' אין מאנסי איינצולאדענען רבינו שליט"א צום סיום מסכת שבת במסגרת חבורת תורתך שעשועי וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג קרח, דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון בתי מדרשינו אין מאנסי און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א חבר הביד"ץ כדתיא לאנדאן ומו"ץ בקהלתינו הק', עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:10 איז דער רבי אריבער צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס, ביים אנקומען האט הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו חבר הנהלת הקריה, געוויזן פאר רבינו שליט"א די פרישע טראקס מיט פילע איינריכטונגען לטובת די תושבי קר"י, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג צום סטאנציע, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די באטייליגונג פון אלע חברי מצילי אש, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד דינוב ומרבני חברי מצילי אש.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת הקריה און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'יברכך ה' וישמרך' און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די חברי מצילי אש האבן מיטן מקיים זיין די מצוה פון הצלת נפשות ממש און אזוי אויך הצלת ממון ישראל, און שטארק ארויסגעברענגט לשבח פון די 'קרית יואל מצילי אש' וועלכע פירן זיך ע"פ תורה אויף טריט און שריט כהוראת הדומ"ץ שליט''א ובשבח פון די אנדערע רבני מצילי אש וועלכע לערנען כסדר פאר שיעורים לדעת מה שיעשון, דער רבי האט ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די חברי מצילי אש זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א שומר העיר, האבן שיעורי תורה, וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטייען צוהילף אלעמאל און אנגעוואונטשן מען זאל נישט דארפן צוקומען צו ניצן מצילי אש, און מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען אריבער אלע חברי מצילי אש און דער רבי האט פארטיילט א געבענטשטע מטבע לשמירה ולהצלחה, מען האט געענדיגט ארום 1:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג