בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט"ז סיון תשפ"ו6/1/2026

באריכט
מאנטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך יודא פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אשר ווייס הי"ו.
דער רבי געצינדן לעכט און געזאגט קדיש פאר הודו לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן ליינען צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט אלע קדישים.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ג'.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די הילולא קדישא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך דערציילט עטליכע סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א.

אין די פארמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הישיש רבי משה ברייש שליט"א נשיא כולל חלקת יעקב אין בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון כוללים אמאל און היינט און איבער די הונדערטער אינגעלייט וועלכע לערנען אינעם מבצר הכוללים אין קר"י, דערביי האט רבי משה שליט"א זיך באדאנקט פארן טיפזיניגע סוגיא שיעור וואס דער רבי האט פארגעלערנט אין כולל חלקת יעקב בעת די מסע הקודש אין ארה"ק דעם ווינטער העעל"ט, דער רבי האט אים געגעבן ספרו לב אהרן - חידושי סוגיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דענאפעלי אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט איבערגעגעבן א באריכט איבער די פילע טובות וואס ער האט שוין אויפגעטוהן בעבר פאר אחב"י אין ניו יארק ובפרט פאר תושבי קר"י, און אויסגעשמועסט די פלענער אויפן עתיד לטובת די תושבי קר"י און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א און הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה מרדכי גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יוסף חביב ברא"י מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י כאירה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א - אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, בן כ''ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע נייע ישובים אין ארה"ק, דער רבי האט דורש געווען בשלום אביו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו און הרה"ח ר' אלטר משה קליין הי"ו.
- הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א מסיבת לחיים לרגל די שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו מנהל בית השחיטה המהודרת קר"י וחבר הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️