בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ג סיון תשפ"ו6/8/2026

באריכט
מאנטאג שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ב'.

בחדרו הפרטי האט רבינו שליט"א צום ערשטן מאל אנגעטוהן די הייליגע תפילין דרבינו תם וועלכע האט נאך באלאנגט פאר זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א ולאחריו רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ולאחריו אביו הגדול רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און איז אויסגעפאלן בגורלו של רבינו שליט"א בעת די חלוקת הירושה.

אין די נאכמיטאג שעות האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט'ן רבי'ן די רבנים המכשירים הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות קר"י ודומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי דקהלתינו וומסב''ג און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר''י, וועלכע זענען ספעציעל אראפגעפארן בשליחת הקודש קיין יומא אריזאנע אינאיינעם מיטן מומחה בעניני חיטים הרה"ג ר' יצחק יעקב כייעם שליט"א וועלכער איז ממונה על משמרת החיטים מטעם קהלתינו הק'. און די מנהלי בית האופה פון קרית יואל און וומסב"ג. לרגל דעם ערשטן "ווייץ שניט" פאר די מצות פראדוקציע שע''י קהלתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ''ז הבעל''ט, די דיינים און מנהלים האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם פעלד זיך גרייטענדיג אנצוהייבן צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע מינוטן, און דער רבי האט איבערגעגעבן עטליכע הוראות והדרכות און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

אין ישיבה זענען אריין בקו''פ א קבוצה לומדי מבצר הכוללים וועלכע זענען יעצט עוסק בהלכות טריפות און האבן אריבערגעברענגט א עוף וועלכע איז היינט געשחט'ן געווארן אינעם בית השחיטה המהודרת און האט פארמאגט דריי פיס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות טריפות און דער רבי האט אויסגעשמועסט עטליכע שאלות וועלכע מאכן זיך פון צייט צו צייט, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די לומדי הכולל.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און איבער דעם מצב פון די גזירת הגיוס בארה"ק, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:10 איז דער רבי אראפ צו די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' גדלי' בר"ב אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' יודא לייב בר"א ווייס הי"ו.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אייזיק ליפא בר"ש ווידער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג קרח אין ביהמ"ד אור לשמים, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️