זונטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם ווייסמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר משה בראך הי"ו.
- ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו.
- ב"ר יואל בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו.
- ב"ר אלי' יעקב זאב בראך הי"ו.
- ב"ר שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר יודא סאנדעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים דוד פריעד הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי אנגעהויבן צו באנוצן מיטן כסא המלוכה פון אביו הגדול מרן רביה"ק בעל ברך משה זיע''א וועלכע האט אויף דעם בענקל געפראוועט אלפי אנשי שלומינו במשך לאנגע יארן און ממשיך געוועהן ישועות למען הכלל והפרט, און איז אויסגעפאלן אינעם גורל פון רבינו שליט"א אצל חלוקת הירושה פארגאנגענע וואך.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר משה אהרן טייטלבוים שליט"א אב"ד לאפוש מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' צבי זאב הכהן פריעדמאן שליט"א מו"ל ספרי אוצרות יוסף פון הרה"ק רבי יוסף ענגיל זצ"ל און געברענגט פאר רבינו שליט"א צוויי פרישע בענדער אוצרות יוסף וועלכע איז נארוואס ערשינען, דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אין די ספרים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
ארום 11:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו און הרה"ח ר' עזריאל נפתלי בוקסבוים הי"ו.
נאך די זמני כניסה ארום 11:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי צו די שמחת החתונה פון נכד גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א החתן בן לבנו הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, אין די זאלן פון עטרת טשארנא.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:15, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
דערנאך האט האברך ר' משה יהושע ווייס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און מיט גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן די כלה.
ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים קיין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
