בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מאנטאגי"ב ניסן תשפ"ו3/30/2026

באריכט
לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה

קחו ברכה אל תוך בתיכם!

גליון "קול התאחדותינו מוגדל"
לכבוד חג הפסח שנת תשפ"ו לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמרים נפלאים פינת יקרת בעניני החג ובקורת עם ישראל לדורותם, מאמרים יקרים, מלאים זיו ומפיקים, לכבוד החג מסודרים, עם אוצר מלא תוכן, בקורות עם ישראל לדורותם, 152 דפים של עונג יום טוב!
ַ
טעמו וראו כי טוב!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 קול פסח תשפ''ו (2)31.0 MB
באריכט
זונטאג שמיני א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה וויזעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יואל געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' מאנסי.
- ב"ר אביגדור בר"מ כהנא הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר ישראל פארקאש הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל שאול מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה בביתו החדש פון הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די דערנעבענדיגן שטח ווי עס וועט בקרוב געבויט ווערן פרישע 300 דירות דורך הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו ובניו, און דערביי געהערט א באריכט פון העסקן ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו איבער די פערמיטן וואס מ'האט נארוואס ערהאלטן צו קענען אריינשפרינגן אינעם בוי פראיעקט פאר די הונדערטער דירות אין הארץ פון שטאט וואס וועלן פארקויפט ווערן כפי תקנות רבינו פאר 300 דאלער א סקווער פיס, און דער רבי האט זיך ווארעם באדאנקט פאר ר' משה יוסף הי"ו פארן צושטאנד ברענגן די פראיעקט.

ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת מבצר הכוללים קרית יואל וועלכע האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די ערשטמאליגע חלוקה ווי די הנהלת הכולל האט פארטיילט א גרויסע סכום פון $2,500 פאר אלע לומדי הכולל וועלכע לערנען שוין אין כולל פאר צען יאר און העכער, דער רבי איז איבערגעגאנגען די ליסטעס א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די חברי הנהלת הכולל.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי ישראל מאיר זאקס שליט"א ראש ישיבת חפץ חיים מאנסי, נכד הגה"ק בעל חפץ חיים זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת צו - שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' אין וומסב''ג

פרייטאג צונאכטס ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם היכל התורה אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה לצעירים וומסב''ג.
- הגבהת הכוס: הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שאלו תלמידיו את רבי יוסי בן קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרשנט סמוכין.

- קה אכסוף: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, ראה"כ.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אשר'ל מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ערב פסח.

- קה רבון עלם: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן) בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי:
- ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
- ר' שמואל שאול מיטטעלמאן הי"ו.
- ר' רפאל יושע סטרולאוויטש הי"ו.
- ר' שלמה ב"ר יואל רובינשטיין הי"ו.

- אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:35.
- ברכות ופסוקי דזמרה: ר' יואל בר"ב לאוב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.

- הוצאה והכנסה: הר"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ.
- בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
עליות.
- כהן: ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
- חמישי: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' יקותיאל מאיר ווייסמאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק יודא פארגעס הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו (ירושלים).
- גלילה: הרה"ח ר' מנחם שלמה ראזענפעלד הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך הערש פליישמאן הי"ו.
דערנאך האט מען געליינט די נשיא כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

ביים מיטאג סעודה בביתו נאוה קודש האט מען אויפגעגעבן 'קינדל' און 'נאנט' כנהוג אום שבת הגדול, און מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.

ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שבת הגדול דרשה, דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה, און ארויף צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישית, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'זאת תורת העולה' מיט א לענגערע פלפול אינעם סוגיא פון 'מצות עשה שהזמן גרמא' וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי דרוש און עטליכע טייטשן בדרך אגדה ומוסר.
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון, מען דארף מקיים זיין תורה ומצות מיט א יגיעה און זיך נישט לאזן פון די היינטיגע באקוועמע אידישקייט, דאס איז נוגע ביי יעדע מצוה, לימוד התורה, תפילה, און אזוי אויך ביי חינוך הבנים נישט זיך פארלאזן נאר אויף די מחנכים נאר זיך כסדר נאכפרעגן און מיטהאלטן, קויפן נאר ערליכע מלבושים פאר די קינדער ובפרט יעצט ווען מען האט אריינגעלייגט כוחות צו האבן פאר די אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס ימין ה' רוממה, עומד זיין על המשמר ביי אלע מלבושי נשים, זהירות יתירה ביי ענין פון הכשרים א גאנץ יאר ובפרט פאר פסח ווען עס איז דא צובאקומען אלע מיני מאכלים מיט גוטע הכשרים עס נישט געמאכט פאר אונז מען דארף זיך האלטן צו די מסורת אבות און נישט עסן די אלע מאכלים, בנוגע די כלים הטמאים אפילו איינער האט א היתר זיך צו באניצן מיט דעם איז עס נאר ביי די ארבעט, ווי שעמט מען זיך נישט עס ארויסצונעמען אין ביהמ"ד.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער דעם שווערן מצב אין וואס אחב"י תושבי ארה"ק געפינען זיך און האבן נישט קיין טאג און קיין נאכט מיטן דארפן כסדר לויפן זיך באשיצן פון די באמבעס, און דאס האט שוין ליידער געקאסט גאר אסאך קרבנות פיזיש און נאך מער גייסטיש רח"ל, רוח הקודש הופיע בבית מדרשינו של רביה"ק זיע''א און דער רבי האט פארגעלערנט פון ספר הק' על הגאולה איבערן היינטיגן מצב, און אנגעוואונטשן אז הקב"ה זאל העלפן אז מען זאל ניצל ווערן סיי פון די רוצחים און סיי פון די מצילים. דער רבי האט ממשיך געווען און מעורר געווען איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און די גזירת החינוך אין ניו יארק, און צוגעענדיגט מיט דברי הכנה צום יו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 7:25, דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן און אריין בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש.

רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:50.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו (קר"י).
- כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק בקר"י.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל הערש שפיטצער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען:
- אודה הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמד בית מנחם צבי.
- שיר המעלות: הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שאלו תלמידיו את רבי יוסי בן קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה' און געטייטשט אז דורך מצות מילה ווערט מען דבוק אין הקב"ה און מען באקומט א חיות דקדושה במילא ווערט מען נישט נדחה פון די קדושה און עס ניצט תשובה, און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט פסח און געזאגט אז מצות מצה האט אויך די סגולה און עס איז משפיע א חיות דקדושה צו זיין דבוק אין הקב"ה און ברענגט אראפ אלע השפעות טובות.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ויואל משה.
- קל מסתתר: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און אנגעוואונטשן 'א גוטע וואך א גוטע חודש און א גוט יו"ט'. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ די בחורים גבאים פון די שלוחי רבינו קאמפיין דורך די תלמידי המתיבתא לטובת די עניי ארץ ישראל איידער דעם מסע הקודש קיין ארה"ק פארגאנגענעם חודש חשון. דער רבי האט פארטיילט א מתנה א הערליכע מצה טאש פאר אלע גבאים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 11:30 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מרדכי דוב לאקס ע"ה, און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
אויפן וועג אהיים האבן זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א רבני וחברי הנהלת קהלתינו הק' פון ירושלים, בני ברק, און בית שמש און האבן זיך גאר שטארק באדאנקט בשם אלע אנ''ש תושבי ארה"ק פאר די גרויסע תמיכה וואס רבינו שליט"א האט אפגעשיקט כמדי שנה בשנה לכבוד יו"ט פסח פאר אלע אנ''ש אין ארץ ישראל, אינעם פאנטאסטישן סכום פון קרוב צו א מיליאן דאלער.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט' ניסן תשפ"ו3/27/2026

באריכט
פרייטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:45 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שמואל ברא"וו קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' הערשל ברמ"א זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' אברהם מאיר דים הי"ו.
- ב"ר חיים הערש לעווי הי"ו.
- ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:30 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג צו וויילן שב''ק בקרב קהלתינו הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה נטע פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר אלעזר אלימלך פארגעס הי"ו.
- ב"ר דוד ביקעל הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- מוהל: דער זיידע הגה"צ רבי הערשל שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
רבינו שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'ארי' לייבוש' נאכן זיידן הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל רב דביהמ"ד וקרית ויואל משה.
נאכן ברית איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת הברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און הגה"צ רבי הערשל שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן דער מוהל הגה"צ רבי הערשל שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ חברי וועד להוצאת ספרי רבינו וועלכע האבן אריבערגעברענגט די נייע ספר לב אהרן -דרושים אויף יו"ט פסח וועלכע איז היינט ארויס פון דרוק, דער רבי האט עס אויפגענומען מיט א שטארקע שמחה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חברי וועד להוצאת ספרי רבינו.

ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40.
נאך מעריב איז דער רבי אריין אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין זאב שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל גראד הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר מאיר סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מיכאל אליהו גבריאל ע'גמי הי"ו.
- ב"ר שניאור זלמן העכט הי"ו.
- ב"ר משה מאלח הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פונעם הייליגן ייטב לב זיע''א אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסירת נפש, און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה זאגענדיג אז זיצן און לערנען איז ישיבה ביז ז' ניסן איז אויך מסירת נפש, און דער רבי האט ממשיך געווען פרעגענדיג די בחורים עטליכע שאלות פון די לימודי הישיבה אין מסכת בבא קמא און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו.
- הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי אריבער באולם פרדס חיים אין ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הרה"ג ר' הערשל שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' וומסב''ג בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי בית סיגוט, דער רבי האט טועם געווען מזונות, פיש, און קוגל און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות, דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יוסף משה שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ד רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר חיים ברוך דיימאנד הי"ו.
- ב"ר אהרן ברי"א זילבערשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי אראפ אין היכל התורה 'היכל צבי ויצחק ראזענבערג' ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט און זיך אומגעקוקט אויף די פילע לומדים בימי בין הזמנים מיט א שטארקע קורת רוח.

אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי די 'אנ"ש דקרית יואל' טישל ווי מען נעמט צוזאם חתימות יעדע יאר פאר די פאליטיקאנטן און קאנדידאטן צו קענען לויפן פאר א פרישע טערמין אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן, דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטע פון די נעמען פון די קאנדידאטן און די עסקנים האבן צוגעוויזן די נעמען פון די קאנדידאטן וועלכע האבן זיך גאר שטארק ארויסגעשטעלט פאריאר אויפן פארלאנג פון רבינו שליט"א צו טוישן די אלבאני געזעצן לטובת החינוך לשמחת לב פונעם גאנצן יהדות החרדית אין ניו יארק, און דער רבי האט אנגעוואונטשן הצלחה פאר די עסקנים.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
דער רבי איז אנקומען קיין וומסב''ג און איז צום ערשט אריבער אויף א קביעת המזוזה אינעם נייעם 'מיטב' געשעפט וועלכע פארקויפט די פראדוקטן פאר האלסעיל פרייזן, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און דערביי געהערט א באריכט פון די בעלי בתים איבער די פילע פעולות צו קענען פארקויפן די פראדוקטן פאר גאר ביליגע פרייזן.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם געשעפט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בגודל מעלת החסד וואס מ'טוהט מיט אידישע קינדער און די געוואלדיגע חשיבות פון די געשעפט וועלכע העלפט ארויס הונדערטער משפחות צו קענען קויפן פאר ביליגע פרייזן, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די בעלי בתים און עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די נייע געשעפט און אנגעוואונטשן עס זאל האבן גרויס הצלחה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלה פון מוסד הק' קרן הצלה לקראת די גרויסע פסח חלוקה להחזקת מוסדות עטה"ק בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות און די גרויסע חלוקות פאר די הונדערטער מוסדות, און די חברי הנהלה האבן ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו הק' פון ווי עס קומט אריין די מערסטע געלטער און איז צו פארדאנקען דאס אז רבינו שליט"א איז כסדר מעורר אנ''ש צו שטיצן קרן הצלה מיט גרויסע געלטער, וואס דאס האט געברענגט אז מען זאל קענען פארטיילן גרעסערע געלטער ביי יעדע חלוקה.
דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' שלמה יוסף וואלדמאן הי"ו יו"ר ההנהלה א טשעק אינעם פאנטאסטישן סכום פון א מיליאן דאלער! , די חברי הנהלה האבן זיך שטארק באדאנקט און געזאגט אז דאס איז שוין די צווייטע טשעק פון א מיליאן דאלער דאס יאר תשפ"ו וואס דער רבי האט צוזאמגעשטעלט פון נגידי אנשי שלומינו נאך וואס דער רבי האט איבערגעגעבן א טשעק פון א מיליאן דאלער בעת די מסע הקודש בארה"ק פארגאנגענע חודש כסלו פאר די חנוכה חלוקה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די גאנצע הנהלה.

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי כתה ט' פון מוסדותינו הק' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט, דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות און הגדות פאר די בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוב בער בר"ל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי תיכף אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר משה יחזקאל וועלץ הי"ו.
- ב"ר יצחק אהרן האלענדער הי"ו.

דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען זענען אריין בחדרו הפרטי א קבוצה בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת קרן קרית יואל.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק במשנתו פון הרה''ק האוהב ישראל מאפטא זיע''א וואס איז געווען די יארצייט, און ממשיך געווען מיט הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק מאיר בראווער הי"ו און הרה"ח ר' מתתי' ברמ"ל דייטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א משלחת רבני וראשי מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער כשרות המאכלים ובפרט פאר יו"ט פסח, און מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך לעצטענס געמאכט, ווי אויך האבן זיי איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם נייעם 'מפתח הכשרות' צום בעפארשטייענדן יו"ט פסח, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' אשר זאבעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגה' ניסן תשפ"ו3/23/2026

באריכט
זונטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' קלמן ברא"י גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אלי ברש"ל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם עבער שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאך די ברית'ן האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגאון רבי אשר עקשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דערביי האט הגאון רבי אשר שליט''א איבערגעגעבן זיין נייע ספר פארן רבי'ן און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
- ב"ר שלמה היימליך הי"ו.
- ב"ר ישעי' יצחק ברי"א רובין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אהרן שיינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש וואו ס'איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' שמואל מאיר יואל יאזשעף הי"ו און דער רבי איז געווען סנדק, נאך די ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די מצות וועלכע זענען געבאקן געווארן פאר די בני המשפחה און פארן געברויך פונעם רבינ'ס סדר טיש אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים כ"י.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר ישראל ארי' בערקאוויטש ז"ל און הר"ר חיים משה אלימלך כ"ץ שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה אלי' ברנ"ש עסטרייכער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"צ גליק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יעקב שטויבער הי"ו און הרה"ח ר' דוד יצחק קליין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' שלום בר"י שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"י שעהר הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים דרעזדנער הי"ו און הרה"ח ר' בערל הירש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, פאר מעריב האט דער געצינדן לעכט און דאן צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצ' ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ בהנהלת הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, לרגל די 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין פון מוסדותינו הק'.
קבלת שבת: הר"ר אהרן וועבער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 9:20. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון ב"פ און די תלמידי המתיבתא תושבי קר"י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א מנהל הישיבה.
- כל מקדש: הר"ר מאיר מאיער שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער שליט"א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'כיון ששמעו ישראל פרשת קרבנות נתיראו אמר להם משה יתעסקו בתורה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון רוב צי ס'איז א וודאי אדער א ספק.

- קה אכסוף: הר"ר ישראל מאיר פערלמאן שליט"א.
- ברכת המזון: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק האוהב ישראל מאפטא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ה' ניסן.
- קה רבון עלם: הר"ר שלום לוי ווייסמאן שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר מאיר מאיער שליט"א.
עליות:
- כהן: הר"ר שלמה זלמן מאשקאוויטש שליט"א, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: ר' אהרן בעק הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- רביעי: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.
- חמישי: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' מרדכי בר"ח פארקאש הי"ו.
- ר' בנציון ברמ"ב כ"ץ הי"ו.

- שביעי: ר' יואל ברי"ש בראך הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- מפטיר: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
- גלילה: הר"ר שלום לוי ווייסמאן שליט"א.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון די צוויי באבע'ס הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א וועלכע געפאלט מאנטאג ה' ניסן, און הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א וועלכע געפאלט מיטוואך ז' ניסן.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים פארקאש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב כוואן הי"ו (ארגענטינע).
- כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (בני ברק).
- שלישי: הרה"ח ר' ישראל ווייס הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקרא אל משה' און געטייטשט אז פון דעם אז מען דארף ברענגן א קרבן חטאת אויף אן עבירה בשוגג זעט מען די הארבקייט פון א עבירה אפילו בשוגג, און כ"ש פון א הרהור עבירה במזיד, איז אבער דא א עצה צו עוסק זיין בתורה און דאס איז מציל פון הרהור אסורים און מחשבות אסורים, דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט פסח ווי מען גרייט זיך צו מקיים זיין מצות תשביתו שאור מבתיכם וואס דאס גייט ארויף אויף די עבירות שבלב, איז יעצט די פאסיגע צייט צו מרבה זיין בלימוד התורה אלץ הכנה צום יו"ט פסח.

-:ידיד נפש: נכד רבינו הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייטן.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:55.

נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי שיעור ג' פון ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ נאכן וויילן אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודי הישיבה און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג