מאנטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוב בער בר"ל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי תיכף אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר משה יחזקאל וועלץ הי"ו.
- ב"ר יצחק אהרן האלענדער הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען זענען אריין בחדרו הפרטי א קבוצה בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת קרן קרית יואל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק במשנתו פון הרה''ק האוהב ישראל מאפטא זיע''א וואס איז געווען די יארצייט, און ממשיך געווען מיט הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק מאיר בראווער הי"ו און הרה"ח ר' מתתי' ברמ"ל דייטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א משלחת רבני וראשי מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער כשרות המאכלים ובפרט פאר יו"ט פסח, און מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך לעצטענס געמאכט, ווי אויך האבן זיי איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם נייעם 'מפתח הכשרות' צום בעפארשטייענדן יו"ט פסח, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' אשר זאבעל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
